Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 17· Letter 6375אגרות קודש· כרך יז· ו'שעה
או'שעה
בב"ה, ח' תמוז, תשי"ח
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגן דער באשעפטיקונג פון אייערע קינדער שיחיו און די שוועריקייטען פון שידוכים.
וס'איז זיכער אז די שוועריקייט, איז ניט פארבונדען מיט זייער באשעפטיגונג, און בפרט אז חקלאות אין כפר חב"ד, וועלכער איז געגרינדעט געוארען און ווערט אויך אנגעפירט דורך מיין שווער כ"ק אדמו"ר, איז דאס א צנור וכלי צו א צוגאב ברכה פון השם יתברך, נאר מעגליך אז אין די זאכען וואס מ'לייגט זיי פאר, שטעלען זיי זיך אויף ניט וויכטיגע זאכען, ווי באוואוסט, איז אין וועלט אין אלגעמיין ניט פראן קיין פאלקאמהייט, און דעריבער מוז מען זיך אפשטעלען אויף דעם עיקר, וואס דאס חשוב איז על פי תורה, און דענסטמאל העלפט השם יתברך, אז עס ווערט איינגעארדענט אויך די ענינים טפלים, און השם יתברך זאל העלפען אייערע קינדער הרחבת הפרנסה בדרך התורה און אין חקלאות ווי געזאגט אויבען, וועלכעס איז גאר א מעלה צו גוטע זיווגים בשעה טובה ומוצלחתו
זגעוויס האלט איר אן דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל הכשרות צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, און אלענספאל זאלט איר טאן אזוי פון איצטער אן און וויטער.
חבברכה צו גוטע בשורות,
טבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ימזכיר