Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6540אגרות קודש· כרך יח· ו'תקמ
או'תקמ
בב"ה, ו' מ"ח, תשי"ט
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האיך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה, וועגען דער ערשטער אסיפה אין דעם נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה.
והשם יתברך זאל העלפען אז די התחלה זאל זיין אין א גוטער שעה, און פארזעצען מיט הצלחה אייער העכסט וויכטיגע ארבעט אין פארלויף פון דעם גאנצען יאהר,
זאון לויט דער פאדערונג פון תורתנו הקדושה תורת חיים, אין א אופן פון מעלין בקודש, שטייגען אין דער ארבעט אין אלע הינזיכטען.
חוואס דאס איז דאך אויך דער סימן פון לעבעדיקייט, וואקסען און שטייגען.
טאון השם יתברך זאל העלפען אז די ארבעט זאל אנגיין אן שוועריקייטען, און געטאן ווערען אין גוטען געזונט און גוטער שטימונג פון יעדע איינע פון די חברות מיט איר גאנצע פאמיליע - שיחיו.
ילויט דער אנווייזונג פון רבנו הזקן, אז מען דארף לעבן מיט דער צייט, מיט דער סדרה פון דער תורה וואס מען לייענט די וואך,
יאשליס איך מיט דעם ענין פון היינטיגער סדרה - די ברכה וואס השם יתברך האט געגעבען צו אברהם אבינו און דורך עם צו זיינע קינדער און קינדס קינדער, אידען וואו נאר זיי געפינען זיך:
יבואברכה ואגדלה שמך והי' ברכה (איך וועל דיר בענטשען, און מאכן גרויס דיין נאמען, און דו וועסט זיין א בענטשונג),
יגאון ווי רבותינו זכרונם לברכה ערקלערען דעם אינהאלט פון והי' ברכה, דערנעהנטערען די ווייטע, רייניגען זיי און צובריינגען זיי צו אונזער פאטער אין הימל (בראשית רבה פרשה לט, יא).
ידאון זעלבסט פארשטענדליך אויך לויט דעם עיקר און פשט פון פסוק, צו זיין געבענטשט אין דעם אלעם וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.
טובברכה צו גוטע בשורות אין אלעם אויבענדערמאנטען.
טזו'תקמ
טופס כזה נשלח לסניפי אגודת נשי ובנות חב"ד.
טופס כזה נשלח לסניפי אגודת נשי ובנות חב"ד.