Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 18·Letter 6617אגרות קודש·כרך יח·ו'תריז

או'תריז
בב"ה, נר חמישי דחנוכה, ה'תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה חיים יוסף שי'
הוזוג' מרת איטע רחל תחי'
ושלום וברכה!
זאיך בין געווען צופרידן צו באקומען א גרוס דורך הרה"ח וו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ בעל מרץ וכו' מוה"ר ארי' ליב שי' קריימער, אז איר האט געלאזט שרייבן א נייע ספר-תורה און האט זי אריינגעגעבען אין דער ישיבה "תומכי-תמימים" ליובאוויטש אין מאנטרעאל.
חס'איז איבעריק צו אונטערשטרייכען די וויכטיקייט און הייליקייט פון דער מצוה פון שרייבן א ספר-תורה, בפרט פון אריינגעבען זי אין אן ארט וואו מ'ווייס ווי אפצושאצן די הייליקייט פון א ספר-תורה, וואס איז די הייליקסטע זאך וואס אידן האבן.
טדאס איז דאך דער אינהאלט פון דער ישיבה תומכי-תמימים - אויפצושטעלן תלמידים וועלכע וועלן וויסן ווי אפצושאצן די קדושה פון דער תורה און פון דעם נותן התורה און פון דעם עם קדוש, און פאראיינצייגען אין זיך די אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל אין טאג-טעגלעכן לעבן.
ידער זכות פון דער הייליגער מצוה זאל אייך ביישטיין, אז מצוה גוררת מצוה, איין מצוה זאל ברענגען צו א צווייטער אין א שטייגנדער מאס, און דאס זאל אייך און אלע אייערע שיחיו ברענגען דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין א שטייגנדער מאס, ווי דאס ווערט אנגעדייטעט אין די חנוכה ליכט, וועלכע מען צינדט אן אין אן אופן פון מוסיףוהולך, אריינצוברענגען אלץ מער און מער ליכטיקייט פון תורה און מצוות אין דער אידישער היים און אין דער סביבה ארום.
יאבברכה.
יבו'תריז
מו"ה חיים יוסף: שניידער.