Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6650אגרות קודש· כרך יח· ו'תרנ
או'תרנ
בב"ה, י"ח טבת, תשי"ט
גברוקלין.
דאגודת נשי ובנות חב"ד סניף באסטאן
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זמיט גרויס פערגעניגען האב איך געלייענט אייער באריכט און ספעציעל אין דעם סניף פון טהרת המשפחה.
חעס וואלט געווען א גלייכע זאך, איר זאלט זיך פארבינדען מיט דעם מרכז אגודת נשי ובנות חב"ד און איבערגעבען זיי ספעציעל וועגען דער טייל ארבעט, וואס זיכער קאן מען אין אזא אופן אדער ענליכען טאן אויך אין פילע סניפים פון אגודת נשי ובנות חב"ד, און פון אייער פראקטיקע און אייערע ידיעות קען מען לערנען ווי עס זאל צוגיין יעדער סניף אין זיין שטאט צו דער ארבעט, און ווי צו פארגרעסערען די הצלחה מיט דעם אויבערשטענ'ס הילף אין דעם.
טהשם יתברך זאל העלפען איר זאלט מצליח זיין אין דאס אויבנגעזאגטע, און אזוי אויך אין די אנדערע אפטיילונגען פון אייער ארבעט, און אין אן אופן פון מעלה מעלה, ובריאות מתוך שמחה וטוב לבב.
יבברכה לבשורות טובות בכל האמור,
יאבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יבמזכיר