Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6666אגרות קודש· כרך יח· ו'תרסו
או'תרסו
בב"ה, כ"ז טבת, תשי"ט
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"מ באמונה
המו"ה יעקב שי' הכהן
ושלום וברכה!
זאין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ו טבת, מיט דאס בייגעלייגטע.
חאלס הוספה צו דעם וואס עס וועט - בלי נדר - גערעט ווערען אויפן טעלעפאן, וויל איך דא מעורר זיין אויף דעם וואס איר שרייבט אין צוזאמענהאנג, מיט דעם פתגם הידוע פון אדמו"ר הזקן, מ'דארף לעבען מיט דער סדרה פון דער וואך.
טאין וועלכער עס רעט זיך, וועגען עבודה קשה ועבודת פרך.
יעס רעט זיך אין דעם ענין, אין תורה אור בדרושי פ' שמות, און אויך אין אור התורה להצמח צדק און אין נאך ערטער [און מיוסד אויף דעם זוהר הקדוש], אז די ענינים וועלכע ווערען אויסגערעכענט אין דער סדרה, קען מען דורכקומען דורך עבודה רוחנית, און דאס איז, ווי ער זאגט דארט, עבודה קשה, דא קושיא, בחומר, דא קל וחומר, ובכל עבודה בשדה, דא ברייתא, ובלבנים דא לבון הלכתא.
יאאון די עבודה איז דאך אסאך א געשמאקערע, און דער שכר איז אויך א גרעסערער, וק"ל.
יבוכמדומה, אז אויך אין דעם תוכן ענינים פון פ' שמות, רעט זיך וועגען דעם, חאטש בקיצור.
יגבברכה לבשורות טובות בכל האמור ושבת שמח ור"ח שמח און נעמען פון דער שמחה על כל השבוע והחודש כולם.
ידו'תרסו
מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל חט"ו ה'תקכג, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ו'תתקפז.
מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל חט"ו ה'תקכג, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ו'תתקפז.