Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6755אגרות קודש· כרך יח· ו'תשנה
או'תשנה
בב"ה, ט' אדר ב', ה'תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דצום חשוב'ען פרעזידענט און חשובע גבאים
האון מעמבערס פון קאנג. אהבת ציון, נוארק,
ונ.דזש.
זה' עליהם יחיו
חשלום וברכה!
טעס האט מיר געפרייט צו באקומען די מיטטיילונג וועגן דער פייערונג לכבוד דעם צען-יאריגען יובילעאום זינט אייער שול האט אויפגענומען אייער חשובען און ווירדיגען רב, הרה"ח וו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ בעל מדות ובעל מרץ וכו' הרב שלום דוב שי' גארדאן.
ידי פארערונג וואס איר ווייזט ארויס אייער רב גיט מיר די פעסטע האפנונג, אז איר וועט אויך ווייטער - און אין א גרעסערע מאס - שטיצן אים אין זיין ארבעט פאר דער אויפבליאונג פון אייער שול אלס - א סענטער פון תורה תפלה און צדקה, ווי עס ווערט אויסגעדריקט אין אייער צירקולאר, און פאר דער פארשטארקונג פון תורה אידישקייט אין דער גאנצער שטאט, וואס דאס איז דאך דער "כלל גדול" פון דער תורה - ואהבת לרעך כמוך.
יאאון דאס איז אויך דער באגריף פון "צענטער" - דאס אינערלעכע וועזן פון דעם גאנצן ארום; וואס אן דעם ארום איז ניטא קיין צענטער, און אן דעם צענטער איז ניטא קיין ארום. במילא איז וויכטיג אז דער ארום זאל זיין צוגעפאסט צום צענטער, און דער צענטער זאל זיין באזירט אויף די דריי זאכן וואס די וועלט שטייט אויף זיי - תורה, עבודה (זו תפילה) און גמילות חסדים, צדקה, וואס אויף די דריי יסודות שטיצט זיך די גאנצע וועלט, סיי די גרויסע וועלט, סיי די קליינע וועלט (עולם קטן זה האדם), די וועלט פון יעדן יחיד.
יבאיך ווינש אייך און אייער חשובען רב שי' פיל פיל יארן פון נאענטער צוזאמענארבעט צו פארשטארקען די דריי דערמאנטע יסודות פון אייער קאנגרעגיישאן און אייער שטאט בכלל; השם יתברך זאל אייך אלעמען באגליקן מיט ברכה והצלחה מחיל אל חיל בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יגבכבוד ובברכה.