Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 18·Letter 6766אגרות קודש·כרך יח·ו'תשסו

או'תשסו
בב"ה, י"ג אד"ש, תשי"ט
גברוקלין.
דאגודת נשי ובנות חב"ד
הסניף מאנטרעאל,
וה' עליהן תחיינה.
זברכה ושלום!
חמיט צופרידענהייט האב איך באקומען אייער בריף פון יו"ד אדר שני מיט דאס בייגעלייגטע, ביישטייערונג מעות חטים פאר די מוסדות חב"ד בארצנו הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו.
טהשם יתברך זאל העלפען אז אייער ארבעט זאל אנהאלטען אין שטייגען סיי אין כמות (פארגרעסערונג פון צאל חבירות) און סיי אין איכות (דאס אויפהאלטען און שטארקען אידישקייט אויף מערערע געביטען).
יאון דאס איז דאך איינע פון [די] הוראות (אנדייטונגען) וועגען פורים וואס רבותינו ז"ל דערציילען אונז, אז דעם מחצית השקל, וואס אידען האבען געגעבען, האט צו נישט געמאכט די עשרת אלפים ככר כסף פון המן, און דורך דעם איז בטל געווארען די גזירה,
יאוואס אין אונזער צייט, מחצית השקל, איז ענין הצדקה.
יבבברכה צו א פרייליכען פורים און צו גוטע בשורות.