Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6775אגרות קודש· כרך יח· ו'תשעה
או'תשעה
בב"ה, י"ז אד"ש, תשי"ט
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות ורב פעלים
המו"ה שלמה שי'
ושלום וברכה!
זבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ראש חדש אדר שני מיט דאס בייגעלייגטע, און זיכער איז אין צווישענצייט אנגעקומען מיין בריף צו אייך געשריבען בעפאר ערהאלטען דאס אויבען געזאגטע.
חאון השם יתברך זאל העלפען, אז דאס שליסען פון קאנטראקט פאר בית
טליובאוויטש, בלונדון ענגלאנד, זאל זיין א גוטע התחלה, צו דער אויסברייטערונג פון אלע עניני ליובאוויטש, ענינים הרוחנים וענינים הגשמים, און אין אלע פרטים - אין א אופן צוגעפאסט צום רצון פון רבותינו נשיאינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און דאס זאל געטאן ווערען מתוך הרחבה אמיתית, הרחבה אין די ענינים הכללים און אין די ענינים הפרטים, פון די אלע איינטיילנעמער אין דעם,
יוואס די אויבען געזאגטע הרחבה, שליסט איין אין זיך, אריינציהען וואס מער גוטע פריינד, פריינד און סתם אידען, צו די ענינים, ווי באוואוסט דער ווארט פון רבנו הזקן, אז דער ענין החסידות, איז ניט א ענין נאר פאר א באשטימטע כתה, אדער נאר א טייל פון אידען, נאר דאס איז שייך צו אלע אידען, אן אויסנאם. וואס פון דעם איז דאך פארשטענדליך, אז סוף סוף וועט דאס גרייכען און קומען צו אלע אידען. ובלשון אגרת הקדש של הבעש"ט, יפוצו מעינותיך (עד שיגיעו גם) חוצה.
יאאון חאטש אין דעם פרט, אויף צוציהען פריינד, זעהט אויס, איז נאך ווייניג געטאן געווארען אין דעם, איז דאך פארשטענדליך, אז דאס איז ניט קיין טעם, אויף ניט טאן אין דעם אויך להבא, אדער טאן נאר בחלישות. ואדרבה, מ'דארף טאן אין דעם מיט מער ענערגיע. ויש מקום לומר, אז אפשר איצטער, וועט דאס אנקומען גרינגער, איידער מיט א צייט פריער.
יבויהי רצון, לויט ווי עס ווערט גערעט אין די לעצטע חדשים און מ'האט שוין דאס אויך געזעהען אין אייניגע ענינים, זאל מען דאס אנזעהען אין אלע עניני אנ"ש, דעם ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה ועד לנחלה בלי מצרים.
יגבברכת הצלחה ולבשו"ט מפורטות בכל הנ"ל וגם בעניניו הפרטים,
ידמ. שניאורסאהן
טוו'תשעה
מו"ה שלמה: פערין, לונדון. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ז ו'רמב. ו'תצד. לקמן ו'תתלו. ו'תתקכב.
מו"ה שלמה: פערין, לונדון. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ז ו'רמב. ו'תצד. לקמן ו'תתלו. ו'תתקכב.
טזבית ליובאוויטש: ראה גם לעיל חי"ז אגרת ו'תצד. לקמן ו'תתלו. ו'תתקלה. ו'תתקעד.
יזווי עס ווערט גערעט: ראה גם לעיל אגרת ו'תקמא, ובהנסמן בהערות שם.