Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6779אגרות קודש· כרך יח· ו'תשעט
או'תשעט
בב"ה, כ' אדר ב', ה'תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דצו דער חשוב'ער קאמיטי פון סיום הספר
התורה
וראביניקאל קאללעדזש אין נוארק
זה' עליהם יחיו
חשלום וברכה!
טעס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן דעם סיום הספר תורה וואס וועט פארקומען קומענדיקן זונטיק אי"ה. השי"ת זאל געבן עס זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת און דער זכות פון דער מצוה זאל ביישטיין אלע אנטיילנעמער.
יאונדזערע חכמים, זכרונם לברכה, פארגלייכן די גרויסקייט פון דער תורה הק' מיט דער גרויסקייט פון אידן און אונטערשטרייכן די אויסגעבונדנקייט פון ביידען, אזוי אז איינס אן דאס צווייטע קען ניט אויסקומען, און דעריבער ווערט אזוי אפט געזאגט אין דער תורה הק': דבר אל בני ישראל, צו את בני ישראל אד"ג.
יאווען א סיום ספר תורה ווערט דורכגעפירט פון א ישיבה ווערט נאך מער אונטערגעשטראכן די אויסגעבונדנקייט פון אידן מיט דער תורה, ווארום דער צוועק פון א ישיבה איז דאך צו דערציען אידן וועלכע זאלן פארשטיין ווי ריכטיק אפצושאצן די הייליקייט, גרויסקייט און טיפקייט פון דער ג-טלעכער תורה ניט נאר אין הארצן און אין מוח, נאר אויך - און דאס איז דאך דער עיקר - אין מעשים בפועל, מקיים צו זיין תורה און מצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן.
יבהשם יתברך זאל מצליח זיין די ישיבה אין איר הייליקער ארבעט צו דערציען תלמידים וואס זאלן שטענדיק געדיינקען, אז די תורה איז היא חיינו ואורך ימינו, וואס תורה ווערט אנגערופן תורת-חיים- תורה פון לשון הוראה - אנווייזונג און לערע - און חיים - כפשוטו - אין טאג-טעגלעכן לעבן; במילא ברענגט די תורה און מצוות אן אונערשעפלעכן קוואל פון ברכות פון דעם נותן התורה סיי צו די לומדי-תורה און סיי די תומכי-תורה פאר זיי און זייערע בני-בית, בגשמיות און ברוחניות גם יחד.
יגבכבוד ובברכה,
ידמ. שניאורסאהן
טוו'תשעט
נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 571.
נדפסה בלקו"ש חט"ז ע' 571.