Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6805אגרות קודש· כרך יח· ו'תתה
או'תתה
בב"ה, י"א ניסן, ה'תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דצו אחינו בני ישראל
הבכל אתר ואתר
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חדערנעענטערנדיק זיך צום יום-טוב פון אונזער באפרייאונג, חג המצות, זמן חירותנו, שיק איך מיין ברכה צו אידן אומעטום, אז דער יום-טוב זאל אריינבריינגען אין טאג-טעגלעכען לעבען פון יעדען איינעם און איינער, אן אמת'ע און פולע באפרייאונג פון אלע זארג און שטערונגען, מאטעריעלע און גייסטיקע, און דערהויבען זיך צום אינערלעכען אינהאלט פון יציאת-מצרים, אלס אריינפיר צו קבלת-התורה, פארווירקלעכען דעם ג-טלעכען צוזאג: בהוציאך את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה (ארויספירענדיק דאס פאלק פון מצרים, וועט איר דינען ג-ט אויף דעם בארג - סיני).
ט* * *
יענינים פון תורה און מצוות זיינען, זעלבסטפארשטענדליך, - ווי דער אויבערשטער וואס האט זיי אונז געגעבען - אומענדלעך און אייביק. אזוי אויך זייערע אנווייזונגען, וואס מען קען און מען דארף לערנען פון תורה און מצות - זיינען גילטיק אין אלע צייטן און אלע לענדער. ובפרט - אזא מצוה און אן ענין כללי ווי דער יום-טוב פסח - יציאת מצרים, וואס מען דארף עס דערמאנען יעדען טאג.
יאאיינע פון די אנווייזונגען פון דעם יום-טוב פסח איז - אז א איד האט די כחות און קען בפועל אין א קורצע צייט, אין א וויילע - איבערשטעלען זיך - מן הקצה אל הקצה (פון איין עקסטרעם צום דעם ענטגעגענזעצטען).
יבאין תנ"ך און אין דברי חז"ל ווערט אויספירלעך געשילדערט די ביטערקייט פון גלות-מצרים און די טיפסטע געפאלענקייט פון די אידען אין יענער צייט.
יגפארשקלאפט אין א לאנד פון וואנעט אפילו איין איינציקער קנעכט האט ניט געקענט אנטלויפען, אונטער דער פולשטענדיקער מאכט פון א פרעה, וואס באדט זיך אין בלוט פון אידישע קינדער. אין גרעסטער ארימקייט און צובראכען פון גזרות און עבודת פרך - אן ארבעט וואס צוברעכט דעם גוף מיט דער נשמה - און אט איז פרעה'ס מאכט געבראכען, עס קומט די באפרייאונג פון דעם גאנצען פאלק, און די באפרייאונג איז - ביד רמה וברכוש גדול (מיט שטאלץ און באגלייט מיט'ן גרעסטען רייכטום).
ידדאס גלייכען איז די גאולה אין גייסטיגען זין - אויך געווען פון איין עקסטרעם צום אנדערען: אידען זיינען פארזונקען אין מ"ט שערי טומאה, ביז צו דער מדרגה פון עבודה זרה - און אט אנטפלעקט זיך צו זיי דער אויבערשטער בכבודו ובעצמו, און אין געציילטע וואכען שטייען זיי אלע ביים בארג סיני, אין דער העכסטער מדרגה פון הייליגקייט און נבואה, און דער אויבערשטער רעדט צו יעדען איינעם פון זיי דירעקט, אן קיין פארמיטלונג, אפילו ניט פון משה רבנו - און זאגט: אנכי ה' אלקיך! * * *
טודי לערע און אנווייזונגען דערפון זיינען:
טזווי דער מצב פון א אידען - אלס כלל, אדער אלס פרט - זאל ניט זיין, ווי די לאגע זאל ניט אויסזען לויט דער אפשאצונג פון מענשליכען שכל, דארף א איד יעדען טאג דערמאנען זיך יציאת מצרים - שטרעבען און טאן פאר דער פולשטענדיקער חרות און גאולה, א גאולה, און ביד רמה וברכוש גדול - פון אלערליי פארשקלאפונגען און פון אלע שטערונגען אויפ'ן וועג פון זיין "מצרים" - ביז צום ווערן ממלכת כהנים וגוי קדוש און מקבל זיין די תורה - אלץ "ווי אין די טעג פון דיין ארויסגיין פון לאנד מצרים".
יזמען טאר זיך ניט אפשטעלען אדער קוויינקלען זיך אין וועג; מען טאר זיך ניט באגענוגענען מיט די ערשטע דערגרייכונגען; מען דארף גיין ווייטער, שטייגען העכער און העכער, ביז מען דערהערט און מען דערפילט דעם אנכי ה' אלקיך.
יח* * *
יטדי דאזיקע אנווייזונגען זיינען ספעציעל וויכטיק און צייטמעסיק אין אונזער צייט, ווען עס מערקט זיך א באוועגונג, ניט נאר פון יחידים נאר אויך פון גאנצע גרופן און שיכטען, צו באפרייען זיך פון גייסטיקער פארשקלאפונג, און צו גיין אויפ'ן וועג פון אמת'ער חירות - פולשטענדיגע באפרייאונג פון דעם שרעק "וואס וועט זאגען דערגוי",
כדער גוי אין פשוט'ן זין פון ווארט, די גוי'עשע רייד פון א פארבלאנדזעטען אידן, און דער גוי וואס בא זיך אליין - דער יצר הרע.
כאצו זיי איז דער רוף פון פסח: שטעלט זיך ניט אפ, גייט ווייטער, שטייגט העכער און - ביד רמה.
כבאון דאמאלס איז זיכער, אז איר וועט ארויס לחירות "מיט דער יוגענט און מיט די אלטע, מיט די זין און מיט די טעכטער", ברכוש גדול.
כגבברכת חג הפסח כשר ושמח, און אז במהרה בימינו, זאל מקויים ווערען דער צוזאג כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות על ידי משיח צדקנו.
כדמנחם שניאורסאהן
כהאינערלעכען אינהאלט: שמות רבה פ"ג, ד. שם פכ"ד, ב.
כודערמאנען יעדן טאג: ראה שו"ע לרבנו הזקן או"ח סי' סז.
כזאיין איינציקער קנעכט: מכילתא יתרו יח, יא.
כחבאדט זיך: שמות רבה ספ"א. וראה ת"י שמות ב, כג.
כטגרעסטער ארימקייט: ראה רמב"ן לדברים טז, ג.
למיט דער נשמה: ראה תורה אור ר"פ שמות בפי' וימררו את חייהם. אור התורה שם.
לאגרעסטען רייכטום: ראה בכורות ה, ב.
לבמ"ט... עבודה זרה: זהר חדש יתרו (לא, א. באריכות בצרור המור, הובא בשל"ה מס' פסחים פיסקא מה נשתנה). מכילתא שמות יד, כט.
לגבכבודו ובעצמו: מלכות דאין סוף ועצמות דא"ס שלפני הצמצום (אדמו"ר - מהורש"ב - נ"ע).
לדהעכסטער מדרגה: להעיר מרמב"ם הל' יסוה"ת פ"ח. מאמר עדות לאדמו"ר הצמח צדק (נדפס בספר החקירה שלו).
להווי אין: מיכה ז, טו. ראה ד"ה כימי צאתך ה'תש"ח (לכ"ק מו"ח אדמו"ר).
לומיט דער יוגענט: שמות י, ט.
לזו'תתה
נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים (קה"ת תשמ"ז) ע' תקפה.
נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים (קה"ת תשמ"ז) ע' תקפה.