Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6815אגרות קודש· כרך יח· ו'תתטו
או'תתטו
בב"ה, ערב חג הפסח תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דתלמידות בית רבקה כתה...
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זאיך בין געווען צופרידען צו ערהאלטען אייער בריף מיט דער ביישטייערונג פאר מעות חטים, צו העלפען די ארימע מיט זייערע פסח באדערפענישן. און זיכער וועט דער זכות פון דער מצוה אייך אלעמען ביישטיין צו שטייגען אלץ העכער אין אייערע לימודים און אין גוטער אויפפירונג.
חגעוויס באלאנגט יעדערע פון אייך צו דער קאטעגאריע פון "בן חכם". אזוי ווי עס זיינען דאך דא דריי קלענערע קאטעגאריעס, האף איך אז איר וועט דינען אלעס א לעבעדיגער ביישפיל פאר אידישע קינדער בכלל, און בפרט פאר די מיט וועלכע איר טרעפט זיך, אז זיי זאלען אויך אפהיטן "די עדות און די חוקים און די משפטים וואס דער אויבערשטער האט אנגעזאגט".
טבברכה צו געזונט און הצלחה אין דאס אלעס אויבענדערמאנטע און צו א כשר'ן און פריילעכען פסח,
יבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יאא. קווינט
יבמזכיר