Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 18·Letter 6874אגרות קודש·כרך יח·ו'תתעד

או'תתעד
בב"ה, ראשון לפ' במדבר, ה'תשי"ט
גברוקלין.
דצו אלע חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד
האיבעראל און צו זייערע פארשטייער - די
ומיטגלידער פון דער יערליכער קאנווענשען
זבפרט
חה' עליהן תחיינה
טברכה ושלום!
יאין צוזאמענהאנג מיט דער יערלעכער קאנווענשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד, און דורך דער פארמיטלונג פון דער קאנווענשאן,
יאשיק איך מיין ברכה צו יעדערער פון אייך איבעראל, און דריק אויך אויס מיין הערצליכע באגריסונג צו דער קאנווענשאן,
יבא באגריסונג און ברכה צו גרויס הצלחה אין דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד אין אלע אירע אפטיילונגען און פרטים, און אז די ארבעט זאל דורכגעפירט ווערן, אין גוטן געזונט און שטימונג, מיט חסידישער לעבעדיקייט און פרייד,
יגאון ספעציעל זאל עס זיין אזוי, אין דער ארבעט פון דער קאנווענשאן, וואס דארף באשטימען און איין ווירקען אויף דער ארבעטס-פראגראם ביז דער קומענדיקער קאנווענשאן - נאכן מאכ'ן דעם סך הכל פון די דערגרייכונגען פון דער פארגאנגענער צייט.
יד* * *
טואין דעם לייענען תורה אין שול, און אין איר וואכענטליכען לערנען, איינלערנען און איינלעבען-זיך-אין-איר אין דער היים און איבעראל - הייבן מיר איצט אן די סדרה און דעם ספר במדבר.
טזגלייך אין אנפאנג ווערט אונז דערציילט וועגן דעם אנזאג פון איבערציילן די אידן (כן ירבו). אויך אין די שפעטערדיגע סדרות פון דעם ספר ווערט דערציילט וועגן ציילונגען פון די אידן דאמאלס. און די תורה גיט דערצו א זפעציעלע וויכטיקייט - אויף אזוי פיל, אז דער גאנצער ספר במדבר ווערט אנגערופן חומש הפיקודים - דער חומש פון די ציילונגען.
יז* * *
יחוואס קענען מיר לערנען דערפון בהנוגע צו אונזער ארבעט פון פארשפרייטען אידישקייט דורכגעדרונגען מיט חסידישע ליכט און ווארימקייט?
יטאיינער פון די הויפט געדאנקען אין דעם איז:
כבא ציילונגען - איז יעדער פון די געציילטע, ווי גרויס און וויכטיג ער זאל ניט זיין, איז ער דאך ניט מער פון איינס. און, אויך פון דער צווייטער זייט, ווי קליין און געפאלען א צווייטער זאל ניט זיין, איז ער דאך ניט ווייניגער ווי איינס.
כאפון די הויפט שטערונגען צו דעם איבערגעגעבענעם און ווארעמען טאהן פאר א צווייטען - איז דער געדאנק: וואס גייט עס מיך אן; באם צווייטענס געפאלענקייט - וואס קען מען שוין דא אויפטאהן.
כבאריינטראכטענדיג זיך אבער אין דאס אויבענגעזאגטע - אז אליין פאר זיך איז מען ניט מער ווי איינס, און אום צו באקומען דעם כח און חשיבות פון מערערע מוז מען זיך פארבינדען מיט נאך אידען.
כגאריינטראכטענדיג זיך, אז אזוי ווי דער צווייטער איז איינס מיט עם צוגלייך, קען דאך זייער און זייער מעגליך זיין אז, מיט דער געהעריגער הילף, זאל ער זיך אויסגלייכען מיט עם אין אלע הינזיכטען -
כדזעהט מען די ניט ריכטיקייט פון די געזאגטע שטערונגען, מען זעהט די גרויסע דערגרייכונגען, פאר זיך און פאר'ן צווייטען, צו וועלכע מען קען צוקומען, און מען ווארפט זיך אריין אין דער ארבעט - מיט בענייטע לעבעדיקייט און ענערגיע.
כה* * *
כודער אויבערשטער זאל בענשען אייער ארבעט אז זי זאל זיין מיט פיל הצלחה אין אלע הינזיכטען.
כזצוזאמען מיט זיין ברכה און הצלחה צו יעדערער פון אייך מיט די בני בית - שיחיו, אין די פרטיות'דיקע ענינים.
כחאון גאר אינגיכען, זאלן מיר זוכה זיין, מיט אלע אידן צוזאמען, זעהן די ערפילונג פון דער ג-טליכער נבואה: אין דעם ארט (ארץ ישראל) וואס איז איצטער חרוב... וועלן נאך פארבייגיין די שאף (די אידן) פארביי דעם וואס וועט זיי ציילן (משיח) - זאגט ג-ט.
כטבברכת הצלחה ולבשורות טובות,
למ. שניאורסאהן
לאלייענען תורה אין שול: מג"א (סרפ"ב סק"ו). שו"ע אדה"ז שם ס"ה.
לבווערט אנגערופען: סוטה ז, ז.
לגנבואה: ירמי' לג, יג. במדב"ר ב, יא. תרגום שם (ולהעיר מתנחומא כי תשא. וחילוק הגירסא לעת"ל, או לעוה"ב וא"כ ל"פ על התרגום).
לדו'תתעד
נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 684 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.