Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6885אגרות קודש· כרך יח· ו'תתפה
או'תתפה
בב"ה, אסרו חג השבועות, ה'תשי"ט
גברוקלין.
דצו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה
השולעס - אין אלגעמיין און צו די
ואנטיילנעמער אין דעם זיבצענטן יערלעכן
זבאנקעט פון די בית רבקה שולעס - בפרט
חה' עליהם יחיו
טשלום וברכה!
ידער באנקעט פון די בית רבקה שולעס קומט הייאר פאר אין דעם חדש וועלכער שטייט אונטער דער השפעה פון דעם יום-טוב פון מתן-תורה און קבלת-התורה. במילא שטייען אויך אלע עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס אונטער דעם איינדרוק פון דעם יום-טוב, וואס זיין אינעלעכער אינהאלט איז דאך נעשה ונשמע.
יאתורה פאראיינציקט אין זיך צוויי הפכים (געגנזאצן), לכאורה: פון איין זייט ענטהאלט די תורה די טיפסטע ענינים, וועגן אחדות הבורא אד"ג, ספעציעל ווי דאס ווערט דערקלערט אין פנימיות התורה (חסידות); פון דער אנדער זייט פארבינדט זיך די תורה מיט אלע פרטים פון מענטשלעכן טאג-טעגלעכן לעבן, אפילו די קלענסטע און "וואכעדיקסטע".
יבדאס ווערט אויך אונטערשטראכן אין די עשרת הדברות, וועלכע הויבן זיך אן מיט אנכי ה' אלקיך - די אמונה אין דער-איינציקייט פונם באשעפער ית', ניט קוקנדיק אויף דער פילפאכיקייט אין דער בריאה, וואס דאס פאדערט די גרעסטע פארטיפונג; און זיי פארענדיקן זיך מיט לא תרצח אד"ג, ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט די נידעריקסטע אינסטינקטן פון דעם מענטשן.
יגדי באדייטונג דערפון איז, אז פונקט ווי די תורה פאראיינציקט די צוויי ענינים מן הקצה אל הקצה, אזוי פאראיינציקט זי אויך דער איד אין זיין טאג-טעגלעכן לעבן - ניט דורך אפרייסן זיך פון דער וועלט, נאר דורך אריינברענגען קדושה אין דער וועלט.
ידדעריבער ווערן אידן אנגערופן גוי אחד בארץ- ווייל זיי ברענגען אריין אחדות און קדושה אין די ערדישע ענינים.
טודאס אויבנדערמאנטע שפיגלט זיך אפ און ווערט פארווירקלעכט אין חינוך - אין דער דערציאונג פון אידישע קינדער פון גאר קליינווייז אן. כאטש אין דער פריסטער יוגנט זיינען נאך קינדער ניט שייכות צו פארטיפן זיך אין די טיפע ענינים פון תורה, ענטהאלט אבער די תורה אויספירלעכע אנווייזונגען אויך פאר זיי, ווי אזוי מען דארף קינדער דערציען אין אלע פרטים, אפילו די גאר פשוטע, און דאס איז נוגע צום קיום פון דער גאנצער תורה. ספעציעל בנוגע חינוך הבנות, וואס יעדע איינע פון זיי דארף זיין די צוקינפטיקע עקרת הבית און די דערציערין סיי פון אינגלעך און סיי פון מיידלעך בדרך התורה והמצוות - איז דאך קלאר די לעבנס-נויטווענדיקייט פון דער זאך. דעריבער האף איך, אז יעדער איינער און איינע וועלן זיך אנשטרענגען צו געבן די גרעסטע מאטעריעלע הילף צו די בית רבקה שולעס בא דער געלעגנהייט פון דעם באנקעט און א גאנץ יאר, און ווירקן אויך אויף אנדערע מיטצוהעלפן אין דער אונטער-שטיצונג און אויסברייטערונג פון די בית רבקה שולעס.
טזדער אויבערשטער וועט זיכער ניט שולדיק בלייבן, און וועט מצליח זיין יעדן איינעם און איינער אויך אין זייערע אייגענע און פאמיליען אנגעלעגנהייטן בגשמיות וברוחניות.
יזבברכה לבשורות טובת אין דאס אלעס אויבנגעזאגטע,
יחמ. שניאורסאהן
יטו'תתפה
פאראיינציקט.. הפכים: ראה גם לעיל אגרת ו'תתפא.
פאראיינציקט.. הפכים: ראה גם לעיל אגרת ו'תתפא.