Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 6923אגרות קודש· כרך יח· ו'תתקכג
או'תתקכג
בב"ה, י' תמוז, ה'תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דשלום וברכה!
העס האט מיר געפרייט צו באקומען די ידיעה וועגן אייער זונ'ס... שי' בר מצוה דעם שבת, בשעה טובה ומוצלחת.
וזיכער ווייס אייער זון, אז די בר מצוה פייערונג באצייכנט דעם אנהויב פון א נייער תקופה, ווען ער ווערט א פולשטענדיקער איד אין אלע הינזיכטן, מיט דער פולסטער אחריות ווי אויך זכות וואס דאס ברענגט מיט זיך.
זהשם יתברך זאל אייך און אייער פרוי באגליקן מיט אמת'ן נחת, וואס דאס מיינט אידיש נחת, פון דעם בר מצוה בחור, ער זאל זיין א חסיד, א למדן און א ירא-שמים, אפגעהיט אין שמירת הצות בהידור מיט חסידישער ווארימקייט און ליכטיקייט, וואס דאס ברענגט דעם גרעסטן גליק ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות.
חזיכער וועט... שי' אויך שטענדיק געדענקען, אז זיין בר מצוה שבת איז אויסגעפאלן י"ב תמוז, דער ליכטיקער טאג פון גאולה ווען כ"ק מו"חאדמו"ר איז באפרייט געווארן פון תפיסה אין סאוויעטן רוסלאנד, וואו ער האט זיך מוסר-נפש געווען בפועל ממש פאר אידן און אידישקייט, און דערמיט אריינגעגעבן אין אלע אידן נייע כוחות און הצלחה, בפרט די וועלכע שטייען נאענט צו זיין הייליקער ארבעט און הייליקע מוסדות.
טאיך ווינטש אייך מזל-טוב און הצלחה בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יבברכה.