Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 18·Letter 6935אגרות קודש·כרך יח·ו'תתקלה

או'תתקלה
בב"ה, ט"ו תמוז, ה'תשי"ט
גברוקלין, נ.י.
דהנהלת מוסד ליובאוויטש באנגליא
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זעס האט מיר געפרייט צו באקומען דעם בריוו פון ז' תמוז, געשריבן דורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ בעל מרץ וכו' מו"ה שלמה שי' פערין, צוזאמען מיט דעם שליסל פון בנין בית ליובאוויטש, וואס די שליחים האבן מיר איבערגעגעבן.
חבעת רצון וועל איך מזכיר זיין אייך אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אז דער אויבערשטער זאל דערפילן אייער בקשה, ווי איר שרייבט, להצלחה במעשה ידיכם להפצת מעינות החסידות.
טאון דער אויבערשטער זאל העלפן, אז דאס ליובאוויטש הויז זאל ווערן א מרכז - א צענטראל פונקט - פון וואנעט עס זאלן זיך פאנאנדערגיין און פארשפרייטן ענינים פון אידישקייט, תורה ומצות בכלל, דוכגעדרונגען מיט ווארימקייט, התלהבות, לעבעדיקייט און ליכטיקייט, וואס דאס אלץ איז פון די יסודות'דיקע ענינים פון דער אויפפירונג פון א אידן אין טאג-טעגלעכן לעבן. ווארום אויף יעדן פרט פון אידישן לעבן איז געזאגט געווארן - בכל דרכיך דעהו, ווי עס איז איך גע'פסק'נט געווארן להלכה אין טור און שו"ע אורח חיים סי' רל"א. און אריינטראכטנדיק זיך אין יעדן ענין פון דרכיך, ברענגט עס צו דעהו - צו דערקענען און נענטער ווערן צום אויבערשטן ית', וואס דאס מוז ארויסברענגען התלהבות מיט אור אמיתי פון פנימיות הנפש בא א אידן.
ידער אויבערשטער זאל אויך געבן ברכה והצלחה אין די ענינים הפרטיים פון יעדערן און יעדערער וואס נעמען אנטייל אין דאס אויבנדערמאנטע, אזוי אז זיי זאלן קאנען מתוך מנוחה וטוב לבב און הרחבת הדעת טאן דאס אויבנדערמאנטע אין אן אופן פון מעלין בקדש, הלוך והוסיף הלוך ואור, ביז עס וועט מקויים ווערן דער צוזאג פון דעם אויבערשטן - ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה.
יאבכבוד ובברכה להצלחה מופלגה במילוי מטרת בית ליובאוויטש בכל עניניו מתוך שמחה וטוב לבב והרחבת הדעת.
יבו'תתקלה
מוסד ליובאוויטש באנגליא: ראה לעיל אגרת ו'תשעה, ובהנסמן בהערות שם.