Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 18· Letter 7009אגרות קודש· כרך יח· ז'ט
אז'ט
בב"ה, י"ט אלול, תשי"ט
גברוקלין.
דברכה ושלום!
ה... וואס איר דערמאנט אין אייער בריף וועגען אמעריקא - וואונדערט דאס מיר זייער, און איך פארשטיי ניט די אויפפירונג פון די אנ"ש וועלכע געפינען זיך דא, וואס ווי עס זעהט אויס, באהאלטען זיי אויס וואס עס טוט זיך מיט זיי דא, אויף אזוי פיל אז עס קען אריינפירען אנדערע אין א טעות און צובריינגען צו גאר ניט געוואונשענע רעזולטאטען.
ובקיצור: פון די אנ"ש וועלכע זיינען געקומען אהער, איז אויסער א פאר געציילטע, מאטערען זיי זיך אלע, ניט נאר בגשמיות, וואס פון דעם איז שוין אפגערעט, נאר אויך ברוחניות, ד.ה. אז זיי שטייען ניט, ליידער, אין דעם מצב ווי זיי זיינען געשטאנען פארן קומען אהער. חאטש עס זיינען דא פילע תירוצים, אז עס איז אמעריקא, וואס געגען די אלע תירוצים, האבען זיי אליין געקעמפט מיט מסירת נפש, זייענדיג אין דער פריערדיקער מדינה און פארן קומען אין אמעריקא.
זאון ווען זיי פאלגען נאר מיר, האבען
ח99 געדארפט איינפאקען מארגען די פעקלעך און ארויספארען פון אמעריקא, צי אין פראנקרייך אדער ענגלאנד און ענליכע, וואס האפענטליך וואלט דארט זיך אויסגעבעסערט, ניט נאר ברוחניות, נאר אויך בגשמיות. און ווי געזאגט אויבען, איז דאס ניט נאר אזוי בא איינצעל[נ]ע (צו זאגען, אז דער איז א בטלן, אדער ניט גענונגענד ענערגיש), נאר כמעט בא אלעמען, אויסער בוכשטעבליך געציילטע. מעגליך אז זיי שטייט ניט אן צו שרייבען די אויבען געזאגטע ווירקליכקייט, אבער ליידער ענדערט דאס ניט די פאקטישע לאגע ווי זי איז. און זעלבסטפארשטענדליך, אז דאס דארף זיין א גוטע ווארנונג, פאר די וועלכע זוכען א מדינה וואו צו איינארדנען זיך.
טוהשם יתברך המשגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית, וועט זיכער אויך אייך פירען אין א אופן אז איר זאלט זיך איינארדנען, דוקא אין א גוטען ארט, און דוקא אין א גוטע שליחות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
יבברכה צו גוטע בשורות ולכתיבה וחתימה טובה.