Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 19·Letter 7086אגרות קודש·כרך יט·ז'פו

אז'פו
בב"ה, כ"ב מ"ח, תש"כ
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יחזקאל ישכר שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף פון עש"ק, וועגען פארגרעסערען דעם לול.
זבכלל איז א גלייכע זאך צו פארגרעסערן דעם משק בכלל, און ס'איז ניטא וואס צו שרעקען זיך, וואס מ'דארף דערוויילע לייען געלט, נאר צי דאס זאל זיין בשטח הלול אדער אן אנדער שטח דארפמען זיך מיישב זיין מיט די וועלכע קענען משער זיין די אויסזיכטען בהנוגע צו פרנסה, אין דעם שטח פון לול אדער א אנדערע מעגליכקייט פון משק.
חוואס איר פרעגט, דארפמען בכלל וועלען מער פארדינען - אויף דעם איז שוין פראן א ענטפער, אז אויף צדקה גיט מען מעשר ומצוה מן המובחר איז חומש, און לויטן אגרת התשובה והקדש פון רבנו הזקן איז דאס נאך מער, איז דאך פארשטענדליך, אז ווען די מוסדות נויטיגען זיך אין א הוספה, און די נויטיקייט איז אלץ א גרעסערע, דארף דאך אלץ מער און גרעסער זיין די צדקה ובמילא - ההכנסה. און אלס צוגאב צו דעם ענין, אויך דאס וואס אנ"ש שי' דארפען זיין בהרחבה אויך בגשמיות, וועט דאס צובריינגען אויך צו א הרחבה ברוחניות, וק"ל.
טאון דער זכות פון אייער ארבעט אין כפר חב"ד, פאר כפר חב"ד, אשר שם צוה ה' את הברכה, און אויך אין צעירי אגודת חב"ד, זאל אייך ביישטיין צו אנזאגען גוטע בשורות בכל הנ"ל.
יבברכה.
יאז'פו
מו"ה יחזקאל ישכר שי': שפרינגר, כפר חב"ד.