Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 19·Letter 7119אגרות קודש·כרך יט·ז'קיט

אז'קיט
בב"ה, ט"ז כסלו, ה'תש"כ
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו'
המו"ה אליעזר יחיאל שי'
ושלום וברכה!
זעס האט מיר געפרייט צו באקומען א גרוס פון איך דורך הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מו"ה זלמן שי' יפה. דער פ"נ וועט געלייענט ווערן אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בעת רצון, לרפואה שלימה ולהמצטרך בגו"ר. ויהי רצון אז איר זאלט האבן גוטע נייעס צו שרייבן.
חבפרט אז מיר געפינען זיך אין די ימי סגולה פון דעם חודש כסלו, מיט דעם יום הגאולה פון אלטן רבי'ן בעל התניא והשלחן ערוך, און די ימי חנוכה מיט ועל הנסים כו'.
טאויך איז היינטיקס יאר בכלל א סגולה יאר, ווען עס ווערט 200 יאר זינט די הסתלקות-הילולא פון בעל שם טוב, וואס ווי עס שטייט אין ספרים ווערט אין דער צייט פון הסתלקות אנטפלעקט אין א פארשטארקטער מאס די גרויסע ליכטיקייט פון בעל ההילולא.
יזעלבסטפארשטענדליך איז דער ענין פון דערמאנונג און זכרון בא אידן אז עס זאל זיין נזכרים ונעשים, ד.ה. אז עס זאל אראפ במעשה בפועל אלץ ווי עס דארף אפגעטאן ווערן אונטערן איינדרוק און השפעה פון דעם ענין.
יאעס איז באוואוסט, אז דער בעל שם טוב האט אנגעהויבן זיין הייליקע ארבעט, אלס באהעלפער, טראגנדיק אויף די הענט קליינע קינדערלעך אין חדר, און לערנען מיט זיי ברכות, קריאת שמע, אמן, יש"ר, אד"ג. גלייכצייטיק האט דער בעל שם טוב אנטפלעקט און געלערנט די טיפסטע און אינערלעכסטע ענינים און תורה און פנימיות התורה, ווי זיי דארפן זיך אויסדריקן אין טאג-טעגלעכן לעבן, אויפן יסוד פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.
יבהשם יתברך זאל געבן, אז יעדער איינער פון אונז זאל ממשיך זיין די אלע אויבנדערמאנטע ענינים אין טאג-טעגלעכן לעבן אין דער פולסטער מאס, וואס דערמיט שאפט מען אויך די צנורות וכלים אראפצוברענגען די ברכות השי"ת אין דער פולסטער מאס, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יגבברכה.
ידז'קיט
מו"ה אליעזר יחיאל: מנדיגורסקי.