Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 19· Letter 7257אגרות קודש· כרך יט· ז'רנז
אז'רנז
בב"ה, י"א ניסן, ה'תש"כ
גברוקלין, נ.י.
דלאחינו בני ישראל בכל אתר ואתר
הה' עליהם יחיו
ושלום רב וברכה!
זצום אנקומענדען חג המצות, שיק איך מיין וואונש און ברכה צו אחינו בני ישראל בכל מקום שהם, די ברכה פון "חג הפסח, זמן חירותינו, כשר ושמח".
חחירות - אמת'ע באפרייאונג איז - א פולקאמענע באפרייאונג - באפרייאונג פון דעם מענטשן אלס א זאך פאר זיך (עולם קטן), און אלס א באשטאנדטייל פון דער וועלט ארום. דאס מיינט א צווייפאכיקע באפרייאונג: אן אינערלעכע - די באפרייאונג פון אינערלעכע שטערונגען, וועלכע שטאמען פון איינגעבארענע אדער צוגעקומענע אייגענשאפטען, צוגעקומענע דורך ערציאונג, געוואנהייט, א.ז.וו.; און אן אויסערלעכע - די באפרייאונג פון די שטערונגען, וועלכע די וועלט ארום צווינגט ארויף אויף דעם מענטשן.
ט* * *
יאונזערע חכמים, זכרונם לברכה, וועלכע גיבן ארויס א גאנצע שיטה אין א קורצן אויסדרוק, האבן דאס אויבענדערמאנטע אויסגעדריקט אין געציילטע ווערטער, און דערביי אויך אנגעוויזען דעם וועג און די מיטלען צו דער באפרייאונג זאגענדיג: חרות על הלוחות... חירות משעבוד מלכיות מעניותא וטפשותא וצערא ודוחקא [דאס אויסגעקריצטע אויף די לוחות גיט באפרייאונג פון דער פארשקלאפונג בא פעלקער, פון ארעמקייט נארישקייט צער און פאראיינגקייט].
יאדי עשרת הדברות אויף די לוחות, אין וועלכע עס ווערען נרמז (אנגעדייטעט) אלע מצות, הויבן זיך אן מיט דעם אנזאג: אנכי ה' אלקיך אשר הוצאתיך מארץ מצריםמבית עבדים - איך בין ג-ט, דיין ג-ט, וואס האט דיך ארויסגעפירט פון לאנד מצרים, פון דער היים פון פארשקלאפונג.
יבדאס ערשטע און פונדאמענטאלסטע וואס איז איינגעקריצט אין אידישן לעבן און געזאגט פון איבערשטען צו יעדער איינעם און איינע: איך בין אלקיך - דיין ג-ט, דא אין דיין פערזענלעכן לעבן און אויפפירונג.
יגדער נאמען אלקיך אונטערשטרייכט ספעציעל וואס דער אויבערשטער איז בעל היכולת ובעל הכחות כולם (אלעס מעגליך, און געוועלטיגט איבער אלע כחות), וואס דערפון קומט די צווייענדיקע באפרייאונג: מארץ מצרים - פון די באשרענקונגען און ניט געוואונשענע אייגענשאפטען (מעשה ארץ מצרים) וואס זיינען געקומען דורך דער השפעה פון לעבן אין מצרים; און מבית עבדים - פון דער פארשקלאפונג צו פרעה און מצרים, צו דער וועלט ארום.
ידוואס דערפון קומט אויך דער אנזאג צווייפאכיג - וועגן אינערלעכן און אויסערלעכן לעבן - און צו יעדער איינעם און איינע: לא יהי' לך אלקים אחרים - עס זאל בא דיר ניט זיין קיין פארגעטערונג פון וואס עס זאל ניט זיין א חוץ דעם אויבערשטען; זכוראת יום השבת לקדשו א.ז.וו. - ניט אונטערווארפען זיך דער פירונג און פערלאנג פון דער דרויסענדיקער וועלט.
טו* * *
טזתורה האט אויך די צוויי מאמענטען: דאס אינערלעכע, די נשמה פון דער תורה (פנימיות התורה) און דער טייל וואס איז פארבונדען מיט פועל, לערנען תורה און מקיים זיין מצוות (נגלה דתורה), וואס דאס אינערלעכע, די נשמה, באלעבט דאס אויסערלעכע.
יזפנימיות התורה איז אין די לעצטע דורות ברייט ערקלערט און פארשפרייט געווארען דורך תורת החסידות, באגרינדעט דורך דעם בעל שם טוב ז"ל, וואס היי-יאר ווערט צוויי הונדערט יאר פון זיין הסתלקות-הילולא.
יחאיינע פון די לערנונגען פון תורת החסידות וואס דער בעל שם טוב האט מערערע מאל אונטערשטראכען איז: שויתי הוי' לנגדי תמיד - יעדער איד דארף דערהערען אז ער שטייט פאר ג-ט, ביז אז אלעס וואס אין וועלט ארום עם און וואס איז אין עם - איז שוויתי (גלייך בא עם). און דאס דארף זיין תמיד - שטענדיק, ניט נאר בשעת ער שטייט שמונה-עשרה, די העכסטע שטופע פון דאווענען, ניט נאר אין ספעציעלע צייטן פון טאג, ווי ביים אנהויב פון טאג, דאס גיט נאך ניט דעם פולען שוויתי, די פולע חירות פון איינגעווירקט ווערן פון דער וועלט (אינערליכער אדער אויסערליכער), ווארום אין די אנדערע צייטן קען דער מענטש ווידער אריינפאלען אין עבדות, פארשקלאפונג צו זיין אייגענע נאטור און צו דער וועלט ארום. דער ה' לנגדי מוז זיין אין פולסטן טייטש פון תמיד, עס זאל דורכדרינגען יעדע פעולה און תנועה פון דעם מענטשן, ביז צום עסען און טרינקען און ריידן מיט מענטשן, א.ז.וו. און דאן ווערט ער ניט נתפעל פאר אינערלעכע און אויסערלעכע שטערונגען און דערגרייכט די אמת'ע און פולע חירות סיי פון "ארץ מצרים" און סיי פון "בית עבדים".
יטאון דער ה' לנגדי תמיד - בריינגט אויך אז די עבודה פון א אידן, וואס, ווי אויבן געזאגט, נעמט זי ארום ביידע געביטן פון מענטשלעכען לעבן, סיי דאס אינערלעכע און סיי דאס אויסערלעכע, זאל דורכגעפירט ווערען מיט שמחה וטוב לבב. ווי דער אלטער רבי, בעל התניא והשלחן ערוך, דערקלערט באריכות: ווען א איד טראכט זיך אריין ווי דער אויבערשטער איז מיט יעדן אידן, גיט אים זיין תורה און מצוות, און וויל שטענדיק געפינען זיך, כביכול, בא יעדען אידן, ושכנתי בתוכם - בתוך כל אחד ואחד, מוז די הארץ אנגעפילט ווערן מיט דער גרעסטער פרייד און באגייסטערונג.
כ* * *
כאויהי רצון, דער אויבערשטער זאל געבן, אז יעדער איינער און איינע זאל דערגרייכען די אמת'ע און פולע חירות, די גייסטיקע און קערפערלעכע באפרייאונג, און פון דער באפרייאונג זאל מען קומען במהרה בימינו ממש - צו דער פולער און אמת'ר גאולה דורך משיח צדקנו.
כבבברכת חג הפסח כשר ושמח,
כגמנחם שניאורסאהן
כדז'רנז
נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים וביאורים (הוצ' תשמ"ו ואילך ע' תקפח).
נדפסה בהגש"פ עם לקוטי טעמים וביאורים (הוצ' תשמ"ו ואילך ע' תקפח).
כהחרות על הלוחות: תיקוני זוהר תי' נו. ראה ג"כ תיקונים בסוף זהר חדש (צז, ב).
כומפרשים לאבות פ"ו מ"ג. ויקרא רבה פי"ח, ג.
כזאלע מצות: ראה אזהרות לר' סעדי' גאון. וראה ירושלמי שקלים פ"ו ה"א. זח"ב צ, ב.
כחובכ"מ.
כטדיין ג-ט: ראה רמב"ן שמות כ, ב.
לאונטערשטרייכט: שולחן ערוך אורח חיים ס"ה.
לאתורה האט אויך: ראה בראשית רבה בתחלתו.
לבנשמה פון דער תורה: ראה בראשית רבה בתחלתו.
לגשויתי הוי': צוואת הריב"ש.
לדשמונה עשרה... אנהויב פון טאג: סנהדרין כב, א. שו"ע או"ח בתחלתו ברמ"א. שו"ע לרבנו הזקן מהד"ת ס"א ס"ה. - להעיר מתו"א ס"פ ויצא.
להדערקלערט באריכות: תניא פל"ג. וראה רמב"ם סוף הל' לולב.
לוושכנתי... בתוך כל אחד: של"ה ר"פ תרומה. וראה ד"ה באתי לגני תש"ח (לכ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. קונטרס נה).