Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 19· Letter 7294אגרות קודש· כרך יט· ז'רצד
אז'רצד
בב"ה, יום ראשון לסדר אמור ואמרת
גברוקלין, נ.י.
דלהזהיר גדולים על הקטנים, ה'תש"כ
הצו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן
וטעסטימאניאל
זדינער פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין
חנוארק
טה' עליהם יחיו
ישלום וברכה!
יאאיך שיק מיין באגריסונג און ברכה צו אלע געערטע געסט און אנטיילנעמער שליט"א אין דעם יערלעכן דינער פון דער ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק, און האף אז די דאזיגע אונטערנעמונג וועט איבערשטייגען אלע דערווארטונגען אין שאפן די נויטיגע הילף, סיי גייסטיג סיי פינאנציעל, דורך דער ספעציעלער אנשטרענגונג פון אלע פריינט פון דער ישיבה.
יבהיי-יאר איז א ספעציעלער סגולה-יאהר פאר מוסדות פון ערציאונג על טהרת הקודש, נגלה און חסידות צוזאמען.
יגזייענדיג דער 200-טער יאהר פון דער הסתלקות-הילולא פון בעל-שם-טוב הקדוש (דעם ערשטען טאג שבועות, זמן מתן תורתנו), דער באגרינדער פון תורת החסידות הכללית, דער גייסטיגער "זיידע" פון דעם אלט'ן רבי'ן בעל התניא והשלחן ערוך, דער באגרינדער פון תורת חסידות חב"ד - זכותם יגן עלינו.
ידדי ערשטע טעטיקייט פון בעל-שם-טוב, נאך איידער ער איז נתגלה (אנטפלעקט) געווארן, איז געווען אלס א באהעלפער, צו לערנען מיט קליינע קינדערלעך די הייליקע אותיות פון אלף-בית, ברכות און תפלות, אמן יש"ר, ברכו און קדושה, צוגלייך האט ער אויך אויפגעשטעלט תלמידים גדולים וגאונים אין תורה און חסידות, ליכטיק צו מאכן דעם פינסטערן גלות אין די דאזיגע דורות פון עקבתא דמשיחא.
טודי ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק, ווי די פיל אנדערע ליובאוויטשער מוסדות התורה על טהרת הקודש, כן ירבו, איז א טייל פון דער גאלדענער קייט וואס ציט זיך פון בעל-שם-טוב אן. דא ווערען פאראיינציקט די צוויי יסודות'דיגע נקודות פון שיטת הבעל-שם-טוב: חינוך על טהרת הקודש פון קליינווייז אן - פון די קטנים, אין אן אופן אז זיי זאלן דערנאך ווערן די אמת'ע גדולים, די וועלכע פירן אויס די אנווייזונגען פון גדול ה' ומהולל מאד, דורך פארשפרייטן די ליכטיקייט פון תורה און מצוות אויף די יסודות פון אהבת ה', אהבת התורה און אהבת ישראל.
טזכדי דאס צו פארווירקליכן דארף אבער פריער זיין דער "להזהיר גדולים על הקטנים" - די דערוואקסענע, עלטערן, עסקנים און פריינט פון דער ישיבה, זאלן געבן די מעגליכקייט צו דער ישיבה און תלמידים צו וואקסן און שטייגן און ווערן דאס וואס זיי דארפן זיין - נרות להאיר, שיינענדע ליכט, וואס מאכן ליכטיג דעם גאנצען ארום.
יזבברכת הצלחה בגשמיות וברוחניות ובכבוד
יחמ. שניאורסאהן
יטז'רצד
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 441.
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 441.
כזיידע: ראה גם לעיל אגרת ז'צח, ובהנסמן בהערות שם.