Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 19· Letter 7319אגרות קודש· כרך יט· ז'שיט
אז'שיט
בב"ה, כ"ט אייר, תש"כ
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה ארי' שי'
השלום וברכה!
ונאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון עש"ק אמור ושלאחריו.
זאון בא דער געלעגנהייט וועל איך נאך אמאל אונטערשטרייכען דעם נחת רוח וואס איך האב באקומען דורך האברך הנעלה באגאמילסקי שי' זיין הודעה, אז באם סדר של פסח זיינען בא אייך געווען מערערע מענשן, און פון פאר דעם, דעם איינארדנען דעם שטר מכירת חמץ, און אין דעם נוסח ווי מ'האט אייך געענטפערט אויף אייער פראגע ווי צו טאן דאס, ואשרי חלקו וואס איר האט דאס דורכגעפירט, סיי אין דעם קו פון סור מרע און סיי אין דעם קו פון ועשה טוב.
חאון אזוי ווי בימים ההם, דעם ערשטען פסח, איז דאס געווען די התחלה, דאס אפטרייסלען זיך פון מעשי ארץ מצרים, ווי באטאנט אין מיין מכתב הכללי לחג הפסח פון דעם יאר, און אזוי ווי אלע ימים טובים, ווערט דאך יעדער יאר אין זיין צייט, באנייט דער נתינת כח מלמעלה נאך אמאל און ווידער אמאל.
טזאל דאס אויך זיין אזוי בא אייך, אז איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות, אז מ'שטייגט אין דעם, ביז דעם קיום פון תורה ומצות, ווי השם יתברך האט דאס אנגעזאגט באם געבען די תורה.
יוואס אין דעם איז איינגעשלאסען, אז דאס זאל זיין מתוך מנוחה שמחה וטוב לבב.
יאבברכה לבשו"ט ולחה"ש שמוטו"ל.
יבנעם לי לקרות מש"כ ע"ד ראב"ע. ויש להוכיח דבמסיבת בני ברק בודאי כבר הי' ראב"ע נשיא, דאי לאו הכי - איך זה הושיבוהו באמצע והוא צעיר ביותר, דהרי כשנתמנה לנשיא הי' בן יח שנים ולהירושלמי - בן טז שנה!
יגז'שיט
קטע נדפס בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים (הוצ' תשמ"ו ע' קטז) והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
קטע נדפס בהגש"פ עם לקוטי טעמים מנהגים וביאורים (הוצ' תשמ"ו ע' קטז) והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
ידמו"ה ארי': שפייזמן, בארבאדאס. אגרת נוספת אליו - לעיל ז'קנג.
טושטר מכירת חמץ: לעיל אגרת ז'רמח.