Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 19· Letter 7354אגרות קודש· כרך יט· ז'שנד
אז'שנד
בב"ה, ה' פרשת עלי באר ענו לה, ה'תש"כ
גברוקלין, נ.י.
ד200 - טער יאר פון הסתלקות הילולא
הפון בעש"ט ז"ל
ואגודת נשי ובנות חב"ד סניף...
זה' עליהן תחיינה
חברכה ושלום!
טמיט דער דערנעהנטערונג פון דער צייט, ווען עס ווערט אין די שולעס פארענדיקט דער לערנען פון די קינדער, און אין צוזאמענהאנג מיט דעם קומט אויך אן ענדערונג אין דער הויז איינשטעלונג און פירונג.
יוויל איך האפען, אז באצייטענס ווערט צוגעגרייט די ארבעטס פראגראם פון אגודת נשי ובנות חב"ד, צוגעפאסט לויט די אויבען געזאגטע ענדערונגען, סיי פאר די וועלכע זיינען אנגעשלאסען און טעטיג אין דער ארבעט, סיי פאר די נשי ובנות ישראל וועלכע ווייסען ניט פארלויפיג וועגען דעם, אדער ווייסען ניט אין א גענוגענדער מאס.
יאאון מ'זעט דאך בעשיינפערליך, אז ארבעט לויט א פראגראם פון פריער צוגעגרייט, האט מער הצלחה, סיי אין פארנעם און סיי אין פארטיפונג פון דער ארבעט.
יבקומענדיג פון ראש חדש תמוז און געפינענדיג זיך געציילטע טעג פאר דעם חג הגאולה - באפרייאונגס יום טוב - פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא דורנו, י"ב-י"ג תמוז הבע"ל, וועט דאס זיכער צוגעבען אין דער ווארימקייט און איבערגעגעבענהייט צו דער ארבעט, און דאס וועט נאך מער צוגעבען אין דער הצלחה און אויך אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין די פערזענליכע ענינים פון די חברות מיט זייערע משפחות - שליט"א.
יגאון השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין, לויט דער אנווייזונג פון דער באוואוסטער תורה פון מורנו הבעל שם טוב ז"ל, אויף דעם פסוק: כי תראה חמור, - געמיינט, צוקוקען זיך צו די אייגענשאפטען פון דעם חמור, חומר - דעם גוף - און קומען צום באשלוס, אז - עזוב תעזוב עמו - דינען השם יתברך מיטן גוף און זיינע ענינים צוזאמען.
ידאון ווי ערקלערט אויספירליך אין מערערע ערטער בתורת חסידות חב"ד, פון כ"ק רבנו הזקן ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, דארף דאס געטאן ווערען, בשמחה ובטוב לבב - מיט פרייד און גוטע שטימונג.
טומיטן וואונש פון הצלחה אין דעם אלעם אויבענגעזאגטן, און אין ערווארטונג פון גוטע בשורות אין דעם, ובברכת חג הגאולה
טזמ. שניאורסאהן
יזז'שנד
סניף: נשלח לכל הסניפים.
סניף: נשלח לכל הסניפים.