Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 20·Letter 7456אגרות קודש·כרך כ·ז'תנו

אז'תנו
בב"ה, כ"ו תשרי, תשכ"א
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה שמואל שי'
השלום וברכה!
ובאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף מיט דאס בייגעלייגטע.
זאון ס'איז באוואוסט דער חסידות'שער טייטש און דיוק אין דעם מאמר רז"ל, חשב אדם לעשות מצוה ונאנס ולא עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה (ברכות ו' ע"א), וואס אין אזא פאל, איז נאך א מעלה,
חווארום אז מ'טוט א מצוה קען זיך אמאל אריינמישען אין דעם א פני' און ענליכעס, ווען אבער מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה, איז דאס געטאנענע פון הכתוב בשלימות ותכלית, וק"ל.
טאון דער זכות הצדקה זאל ביישטיין אייך און אייער פרוי' תחי' צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג אין די אלע ענינים וואס איר שרייבט.
יבברכה לבשורות טובות
יאמ. שניאורסאהן
יבז'תנו
מו"ה שמואל: ליובאשיצקי. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ח ו'תקכז, ובהנסמן בהערות שם.