Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 20· Letter 7517אגרות קודש· כרך כ· ז'תקיז
אז'תקיז
בב"ה, נר ראשון דחנוכה, ה'תשכ"א
גברוקלין, נ.י.
דצו די איינטיילנעמער אין דעם חנוכה
הצוזאמענקונפט
ופון פריינד און שטיצער פון דער ישיבה אחי
זתמימים
חאין נוארק, נ.דז.
טה' עליהם יחיו
ישלום וברכה!
יאמיט צופרידענהייט האב איך באקומען די מיטטיילונג וועגן דעם בעפארשטייענדען חנוכה צוזאמענקונפט, איינגעארדענט אין פארבינדונג מיט דער גרינדונג און עפענונג פון דער נייער אפטיילונג פון דער ישיבת אחי תמימים אין נוארק נ. דז.
יבדער צוזאמענקונפט קומט פאר אין די טעג פון חנוכה, וואס מיר פייערן און דערמאנען אז ווען מלכות יון האט געצילט צו מאכן פארגעסן אידן תורה און מצות - האט די מסירות נפש פון אידן אין יענער צייט, זייער לערנען און אפהיטן תורה און מצות, געבראכט זיי דעם נצחון אז מסרת גבורים ביד חלשים ורבים ביד מעטים (דער אויבערשטער האט איבערגעגעבן די שטארקע אין די הענד פון די שוואכע, און די מערערע - צו די ווייניגע).
יגדאס איז אויך אן אפפלערנונג און אנווייזונג אויך אין אונזער צייט, אין דער מדינה און אין דער פראגע פון קינדער ערציאונג - וואו ס'איז ניטא קיינע גזירות, חס ושלום, געגען לערנען תורה און מקיים זיין מצות,
ידאיז אבער דערווייל, ליידער, זער צושטאנד, אז די תלמידי הישיבות וואו מען לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה און מען ערציט צו מקיים זיין זיינע מצות - זיינען זיי ניט דער רוב פון אלע אידישע קינדער, און ניט פון די איינפלוסרייכסטע משפחות אין דעם מאטעריעלן לעבן.
טודערמאנט אונז חנוכה און פאדערט אויף, אז ווי בימים ההם בזמן הזה, איז דורך מסירות נפש פאר אמת'ע אידישקייט תורה ומצות - וועלן, סוף סוף, די ווייניגע אין צאל צוציען צו זיך די מערערע, ביז די מעטים וועלן האבן דעם פולען נצחון און אויפשטעלן א דור ערצויגען אין גייסט פון חינוך על טהרת הקדש - און דורך דעם בריינגען פורקן (אויסלייזונג) פון דעם גאנצן אידישן פאלק.
טזישיבת אחי תמימים אין אירע אלע אפטיילונגען איז געווידמעט צו דעם אויבענדערמאנטען צוועק און חינוך - און דערפאר בין איך שטארק אין דער האפנונג, אז די אויפפאדערונג פון חנוכה וועט ארויסרופן בא אלע איינטיילנעמער א פארשטארקטע טעטיקייט פאר דער אויפהאלטונג און פארברייטערונג פון דער ישיבה.
יזאון דאס וועט זיי ברענגען דעם אויבערשטענ'ס ברכות בגשמיות וברוחניות.
יחבכבוד און מיט א וואונש פון הצלחה און - א פרייליכען חנוכה.
יטמ. שניאורסאהן
כז'תקיז
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 298.
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 298.