Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 20· Letter 7568אגרות קודש· כרך כ· ז'תקסח
אז'תקסח
בב"ה, ט"ו שבט, ראש השנה לאילנות תשכ"א
גברוקלין, נ.י.
דאגודת נשי ובנות חב"ד סניף
הה' עליהן תחיינה
ושלום וברכה!
זגעפינענדיג זיך געציילטע טעג פון דעם יום הילולא יארצייט - עשירי בשבט - פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, און אלס צוגאב צו די ערשטע רייד אין דער התועדות (פארבריינגען) אין פארבינדונג מיט דעם יום הילולא, מוצאי שבת קדש פרשת שירה, וואס אן אפשריפט (העתקה) איז דא בייגעלייגט.
חוויך איך אויך מיט דעם שרייבן באטאנען דעם ספעציעלן זכות (און גלייכצייטיג אויך די אחריות) פון אידישע פרויען בכלל און פון נשי ובנות חב"ד בפרט, אין דעם אויספירען אין לעבען דאס געזאגטע אין דער שיחה, וועגען איבערגעבענהייט צום חינוך הקודש פון אידישע קינדער.
טווי מ'זעט בפועל, אז חינוך און ספעציעל אין די גאר יונגע יארען היינגט אפ הויפטזעכליך אדער אינגאנצען אן דער פרוי.
יאון בכלל איז דאך בא אידישע פרויען קומען צום אויסדרוק אין א גאר שטארקער מאס דע דריי מדות מיט וועלכע דאס אידישע פאלק איז אויסגעצייכענט: רחמנים ביישנים גומלי חסדים.
יאוואס די מדות פון רחמים וגמילות חסדים, זיינען דאך העכסט וויכטיג אין דעם חינוך פון קינדער,
יבאון השי"ת זאל העלפען, אז איר זאלט טאן אין דאס אויבען געזאגטע אין גוטען געזונט און גוטער שטימונג - דורכגענומען מיט חסידות'שע ווארימקייט און ליכטיקייט און ער זאל אייך געבען הצלחה אין דעם.
יגאון זיכער וועט דאס אויך בריינגען א צוגאב אין די ברכות פון השם יתברך אויך אין די פריוואטע אנגעלעגענהייטען פון יעדער איינער מ יט איר פאמיליע - שליט"א.
ידבברכה צו גוטע בשורות אין דעם אלעם אויבענגעשריבענעם.
טוז'תקסח
סניף: נשלחה לכל הסניפים.
סניף: נשלחה לכל הסניפים.
טזדי ערשטע רייד: ראה גם אגרת הקודמת.