Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 20· Letter 7602אגרות קודש· כרך כ· ז'תרב
אז'תרב
בב"ה, ח"י אדר, תשכ"א
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מתתי' שי'
השלום וברכה!
ואיך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה וועגען אייער השתדלות צו אנהאלטען דעם מנין אין בית הכנסת, דריי מאל א טאג, און בכלל צו פארשטארקען די ענינים פון בית הכנסת, אין פילע פרטים.
זאון א ספעציעלע שמחה האט מיר פארשאפט די ידיעה, אז מ'גייט איינשטעלען א בימה אין מיטן פון בית הכנסת, אט אזוי ווי די שולען זיינען געווען אין דער אלטער היים פון דורי דורות.
חאון ווי ערקלערט אין פילע ערטער אין די ספרים הק' די העכסט וויכטיקייט פון דעם תיקון הבימה אין מיטן פון בית הכנסת.
טוואס אויב אין יעדער ארט און אין יעדער זאך, דארף א איד טאן אלץ, עס זאל זיין אין פולען איינקלאנג מיט ווילען פון השם יתברך בורא העולם מיטן גרעסטען מעגליכען הידור, דארף דאס דאך געוויס אזוי זיין אין דער מאקסימאלסטער מאס, אין א בית הכנסת וואס השם יתברך רופט דאס "מקום אשר אזכיר את שמי" און וואס אידען קומען דארט בעטען בא השם יתברך, פאר זיך און פאר יעדערן פון די נאהענטע און פריינד אלץ וואס מ'נויטיגט זיך, און מ'וויל אז השם יתברך זאל צוהערען די תפלה און ערפילען די בקשה.
יאיז דאך פארשטענדליך, אז דאס דארף געטאן ווערען אין אזא וועג און צושטאנד, עס זאל זיין אין איינקלאנג מיט ווילען פון דעם, בא וועמען מ'קומט בעטען די בקשה, און עס זאל זיין וואס מער מהודר צו געפינען וואס מער געפעליגקייט און חן בא דעם וועלכער קען ערפילען די בקשה.
יאאון השם יתברך זאל העלפען אז אלץ זאל דורכגעפירט ווערען מיט פיל הצלחה בשמחה ובטוב לבב.
יבאון בפרט אז מיר געפינען זיך דאך אין די טעג פון חדש אדר, וואס חכמינו ז"ל האבען אנגעזאגט, מרבין בשמחה, וואס א אנזאג פון תורה איז דאך גלייכצייטיג אויך א נתינת כח און מעגליכקייט צו מקיים זיין דעם אנזאג.
יגבברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע און בפ"ש צו די אלע וועלכע זיינען זיך משתדל און וועלען צוגעבען בהשתדלות בעניני בית הכנסת, ס'זאל אין דער פולער מאס פארדינען דער נאמען "מקדש מעט" ובכבוד.
ידז'תרב
מו"ה מתתי': סלאווין, ברוקלין.
מו"ה מתתי': סלאווין, ברוקלין.
טוא בימה אין מיטען: ראה גם לעיל חט"ז אגרת ה'תשצג.