Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 20·Letter 7621אגרות קודש·כרך כ·ז'תרכא

אז'תרכא
בב"ה, יו"ד ניסן, תשכ"א
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף דיין בריף און וועלכען דו שרייבסט פערשידענע סברות בהנוגע צו דעם אופן ההמשך פון דיין לערנען אין פארבינדונג מיט די שוועריקייטען פון דעם איצטיקען סדר אין דעם.
וס'איז זייער גלייך די סברא וואס דו שרייבסט אין דיין בריף, אז דו זאלסט לערנען אין דער כתה, א גאנצען טאג לימודי קדש, און אויך נאך דעם פארזעצען אין לימודי קדש, ווי דו שרייבסט א שעה אדער אנדערהאלבען מיט איינעם אלס רבי. אבער ס'איז אויך זייער נויטיג, אז אויך נאכדעם זאלסט דו האבען א חבר, אדער אפילו א עלטערן, מיט וועמען צו איבער'חזר'ן די שוין געלערנטע און וויסען גוט, און ניט לערנען נייע זאבען.
זאון השם יתברך זאל דיר מצליח זיין צו זיין פון די ערשטע, צו ווייזען אין מעלבורן און בכלל אין אויסטראליע, צו אנ"ש און אויך צו אלע אחינו בני ישראל, אז א בחור וואס יעדער אידישער קינד, ווערט אנגערופען בן אברהם יצחק ויעקב, דארף לערנען אמווייניגסטען עטליכע יאר נאר לימודי קדש, אויסער דעם וואס דאס שטעלט עם אוועק אויפן ריכטיגען ארט, און גרייט עם צו צו זיין גליקליך אין לעבען, ניט נאר ברוחניות נאר אויך בגשמיות, און צו האבען פון עם נחת, אמת'ן נחת, סיי די עלטערן, גוטע פריינט און די הנהלה פון דער ישיבה איינגעשלאסען.
חוואס דו שרייבסט וועגען פארען לערנען אין א ישיבה, באה"ק ת"ו אדער דא.
טאיז נאכדעם ווי דו וועסט אנהאלטען דעם אויבען געזאגטען סדר, זייענדיג אין מלעבורן, א יאר אדער צוויי, וואס דורך דעם וועט אויך באפעסטיגט ווערען די אויבען געזאגטע אויפפירונג, אז א אידישער בחור דארף זיך אזוי אויפפירען, וועט דענסטמאל קומען אין באטראכט אויך דיין פארלאנג ווי אויבען געזאגט.
יויהי רצון אז דו זאלסט טאן דאס בשמחה וטוב לבב און דיינע עלטערן שי' זאלן האבן פון דיר פיל אמת'ן נחת, וואס דאס איז אידישער חסידות'שער נחת.
יאבברכה לבשורות טובות ולחג פסח כשר ושמח.