Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 20·Letter 7630אגרות קודש·כרך כ·ז'תרל

אז'תרל
בב"ה, אסרו חג הפסח, ה'תשכ"א
גברוקלין, נ.י.
דצו אלע אנטיילנעמער אין יערלעכן דינער
הפון מוסד חנוך אהלי תורה
וה' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חצו דער געלעגנהייט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג שיק איך מיין באגריסונג און ברכה צו די חשובע עסקנים, שטיצער און פריינט פון מוסד חנוך אהלי תורה, און ווינטש דער אונטערנעמונג גרויס ערפאלג אין אלע הינזיכטן.
טקומענדיק ערשט פון די טעג פון פסח, וועלכער אונטערשטרייכט און לייגט דעם טראפ אויף דער ערציאונג פון אידישע קינדער און ואס, גלייך באם אנהויב יום טוב, ווערט פראקלאמירט, אז כנגד ארבעה בנים דברה תורה - תורה רעדט און גיט זיך אפ מיט יעדער אידיש קינד, פון דעם בן חכם ביז דעם שאינו יודע לשאול, און
יגעפינענדיק זיך אין דע טעג פון ספירה, וועלכע דריקן אויס די בענקשאפט און תשוקה פון יעדער אידן צו קבלת התורה והמצוות,
יאזאל השם יתברך געבן, אז די השפעה פון דע אובענדערמאנטע טעג זאל
יבאריינברענגען א פארשטארקטען אינטערעס און א נייע אויפלעבונג בא אלע אנטיילנעמער, שטיצער און פריינט פון דעם מוסד חנוך אהלי תורה, אויף דורכצופירן אין לעבן די דערמאנטע אנווייזונגען, און מיט פארגרעסערטע כחות און אויסגעברייטערטער טעטיקייט, שטארקן און אויסברייטערען דעם מוסד חנוך על טהרת הקדש און דערמעגלעכן אים צו ערציען וואס מער תלמידים אין אהבת השם, אהבת התורה און קיום המצוות בהידור.
יגאון דער אויבערשטער וועט זיכער שיקן זיין ברכה, און אויך אין א פאגרעסערטער מאס, יעדן איינעם און איינער, אין אלעס וואס זיי און זייערע בני בית שיחיו נויטיקן זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
ידבכבוד ובברכת הצלחה.
טומנחם שניאורסאהן
טזז'תרל
נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 253 והושלמה ע"פ צילום האגרת.