Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 20·Letter 7640אגרות קודש·כרך כ·ז'תרמ

אז'תרמ
בב"ה,ל"ג בעומר, ה'תשכ"א
גברוקלין, נ.י.
דצו אלע חברות פון אגודת נשי ובנות חב"ד איבעראל,
האון צו די אנטיילנעמער אין דער זעקסטער יערלעכער קאנווענשאן בפרט ה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זדי יערלעכע קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד שתליט"א איז האיאר באשטימט אויף די טעג גלייך נאך ל"ג בעומר - הילולא (דער יארצייט) טאג פון רבי שמעון בן יוחאי און וועט זיכער שטייען אונטער דעם רושם. איינער פון די גרעסטע תנאים - האט זיך אבער ר' שמעון בן יוחאי אויסגעטיילט דערמיט, וואס ער האט דעם סתים ופנימיות התורה - דאס פארבארגענע און די אינערלעכע ליכטיקייט און אינהאלט פון תורה - געלערנט און אנטפלעקט דורך דעם זוהר, תיקוני זוהר א.ז.וו.
חפנימיות התורה, איז פארבונדען מיט פנימיות ישראל - מיט דער אינערלעכקייט פון א אידן, פון דער אידישער נשמה - און שאפט די אינערלעכע פארבינדונג פון א אידן מיט ג-טליכקייט - ווי ר' שמעון בן יוחאי זאגט אין זוהר און עס ווערט ברייט ערקלערט אין חסידות חב"ד,
טדי פנימיות פון א אידן - דאס פינטעלע איד - איז גאנץ בא אלע אידן, ווי זיין אויסערלעכער צושטאנד זאל ניט זיין און וואס די אוסערליכע אומשטענדען זאלן ניט זיין. מען מוז אבער דערוועקען דאס פינטעלע איד סיי ביי זיך און סיי בא אלע ארום זיך, אזוי - אז דאס אינערלעכע זאל אנטפלעקט ווערן, באווירקן און פולקאם באהערשן דאס אויסערלעכע ביז אין אלע פרטים פון טאג טעגלעכן לעבן. דאס איז פון די הויפט אויפגאבן פון חסידים בכלל און פון חסידי חב"ד בפרט.
י* * *
יאאין דער פארווירקליכונג פון דער דאזיגער אויפגאבע פארנעמען נשי ובנות חב"ד א גאר וויכטיקן ארט. ווייל די ג-טלעכע השגחה האט באשאנקען אידישע פרויען מיט ספעציעלע אייגענשאפטן און מעגלעכקייטן וועלכע קענען און דארפן גענוצט ווערן פאר דעם צוועק.
יבדי פרוי איז די עקרת הבית און איז פאראנטווארטלעך פאר דער אינערליכער ליכטיקייט און אידישער ווארימקייט פון דער היים, אזוי אז די אידישע היים זאל זיין געשיצט פון די אידישקייט-פרעמדע און אידישקייט-פיינדליכע ווינטן וועלכע בלאזן אין דער אויסערליכער וועלט.
יגדערצו איז א פרוי באשאנקען מיט א גרעסערער און אויסדריקלעכער מאס פון געפילען און הארציקייט, און זי איז דעריבער צוגעפאסט צו דערוועקען און ארויסרופען די אינגעבארענע איינערלעכע געפילען פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל.
יד* * *
טודי אנטפלעקונג פון פנימיות ביז אז די פנימיות באהערשט דאס אויסערליכע און ביז אין טאג טעגלעכן לעבן - בריינגט דעם שכר מדה כנגד מדה (באצאלט -אין דעם זעלבן וועג) אז דאס אינערליכע און באהאלטענע פון דער ג-טלעכע השגחה, וואס איז דאך גוטסקייט אליין, זאל אנטפלעקט ווערן ביז אין אלע באדערפענישן פון טאג טעגלעכן לעבן - געזונט, פרנסה און נחת פון קינדער - דאס פארבארגענע גוטע זאל אראפקומען אין טוב הנראה והנגלה.
טזבברכה אז די קאנווענשאן און אלע חברות איבעראל זאלן דערפילן זייערע אויפגאבן מיט גרויס הצלחה בשמחה ובטוב לבב.
יזמ. שניאורסאהן
יחז'תרמ
נדפסה בלקו"ש ח"ז ע' 339.