Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 20·Letter 7665אגרות קודש·כרך כ·ז'תרסה

אז'תרסה
בב"ה, י"א סיון, תשכ"א
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יחזקאל
הישכר שי'
ושלום וברכה!
זבאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ח' סיון און דעם פריערדיקען, און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות בענינים הכללים והפרטים וועלכע גייען צוזאמען, און אויך פון ברכת ה' אין די ענינים הפרטים בהוספה דורך די התעסקות בענינים הכללים, וואס איר און אייערע חברים שי' האבען זוכה געווען צו טאן פארן ביסוס הכפר והתפתחותו מיסודו ובהנהלתו של כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, אויף וועמענס ציון הק' איר ווערט דערמאנט מזמן לזמן צוזאמען מיט אלע עסקני הכפר ודורשים טובתו, צו הצלחה רבה בעניני הכפר והצלחה רבה בענינים הפרטים, ויהי רצון אז דאס אלץ זאל זיין בדרכי נועם ודרכי שלום, חאטש בתוקף המתאים.
חאון מיר געפינען זיך דאך בימי תשלומין זמן מתן תורתנו וואס דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום ומביאה שלום בעולם, און גלייכצייטיג איז זי א תורת אמת, ווייזט דעם אמת אין יעדער זאך און באלייכט עם (תורה - אור) און גיט אויך גענויע אנווייזונגען ווי צו מקיים זיין זיי במילואן, ווי זיי דארפען זיין (תורה מלשון הוראה). און אויף ביידע איז תורת החסידות מבאר בארוכה אז דאס איז חכמתו ורצונו של הקב"ה.
טבברכה לבשו"ט בכל האמור.
יז'תרסה
מו"ה יחזקאל ישכר שי': שפרינגר, כפר חב"ד. אגרת נוספת אליו - לעיל חי"ט ז'פו.