Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 20· Letter 7681אגרות קודש· כרך כ· ז'תרפא
אז'תרפא
בב"ה, ערב שבת קדש פ' שלח, ה'תשכ"א
גברוקלין, נ. י.
דצו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס - אין
האלגעמיין, און צו די אנטיילנעמער אין דעם נייענצענטן
ויערלעכן באנקעט פון די די בית רבקה שולעס - בפרט
זה' עליהם יחיו
חשלום וברכה!
טדער יערליכער באנקעט וואס קומט היי-יאר פאר אין דער וואך צווישן שבת פרשת שלח און שבת פרשת קרח, האט זיכער א השגחה-פרטיות'דיקן שייכות צום אינהאלט פון די צווי סדרות.
ידי דאזיקע צווי סדרות דערציילען וועגען צווי שטורמישע און טראגישע איבערלעבונגען וואס אונזערע עלטערן האבן דורכגעמאכט אין מדבר אויף זייער וועג פון מצרים קיין ארץ ישראל: דער אויפשטאנד פון די מרגלים (די שלוחים וועמען משה רבינו האט געשיקט ארומצורייזן ארץ-ישראל און בריינגען א באריכט) און די מחלוקת פון קורח און זיין קרייז קעגן משה רבינו.
יאווי האבען זיך די פרויען אויפגעפירט אין די דאזיקע קריטישע און גורל'דיקע מאמענטן פארן אידישן פאלק?
יבאונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דערציילען, אז די פרויען, אין אלגעמיין, זיינען ניט צוגעשטאנען צו דער צערודערונג וואס געוויסע וואקלענדיקע מענער האבן דאן ארויסגערופן, פארקערט, זיי האבן ארויסגעוויזען גאר א גרויסע מאס בטחון אין דעם אויבערשטן, טריישאפט צו משה רבינו און צו דער תורה און ליבשאפט צום הייליקן לאנד.
יגדעריבער האבן זיי זוכה געווען אויפצושטעלן א נייעם דור אידישע קינדער, וועלכע זיינען געווען דורכגעדרונגען מיט בטחון און ליבשאפט צום אויבערשטן און צו דער תורה און מצוות, און זיי זיינען אריין און האבן גע'ירש'נט די הייליקע לאנד.
ידדי גרונט-לערע דערפון איז קלאר. דאס ווייזט אויף ווי ווייט א אידישע פרוי און מאמע קען אויפטאן אין דער דערציאונג פון קינדער, אפילו אן דער מיטהילף פון מאן, און זעלבסטפארשטענדלעך נאך פיל מערער מיט זיין מיטהילף, און ווי ווייט א פרוי קען האבן א גוטע השפעה אויפן מאן און אויף דעם גאנצן שטעל פון דער היים, ביז צו ווערן געקרוינט מיט דעם טיטול "בויערינען פון דער אידישער היים" (חכמת נשים בנתה ביתה).
טואויב אין אלע צייטן האט די אידישע פרוי פארנומען א העכסט וויכטיק ארט אין פורמען די אידישע היים און אידישן לעבן בכלל, איז דאס זיכער פיל מאל מער אזוי אין אונזערע צייטן און אומשטענדן. דעריבער האט דער רבי, דער שווער, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זיע"א, געלעגט אזויפיל מי צו גרינדן, אויפהאלטן און אויסברייטערן די בית רבקה שולעס, וואו עס ווערן דערצויגען טייערע אידישע טעכטער על טהרת הקדש צו זיין אמת'ע בויערינס פון דער אידישער היים און צו פארזיכערן די צוקונפט פון אידישן פאלק. גרויס איז דער זכות פון יעדן איינעם און איינע וועלכער נעמען אן אנטייל אין דער ארבעט צו שטיצן און אויסברייטערן די בית רבקה שולעס און גרויס איז דער שכר געבענטש צו ווערן אין אלץ וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
טזבכבוד ובברכה לבשורות טובות.
יזז'תרפא
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 300 והושלמה ע"פ העתקה.
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 300 והושלמה ע"פ העתקה.
יחשהוקשה כל התורה: קדושין לה, א.
יטהודיעונו רז"ל: תיקוני זהר תי' מז.
כבקבלת עול דוקא: זח"ג קח, א. תניא פמ"א.
כאאין טוב אלא תורה: אבות פ"ו מ"ג.
כבמעשים טובים: ראה תורה אור ריש מג"א צ, ג.