Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 20·Letter 7744אגרות קודש·כרך כ·ז'תשדמ

אז'תשדמ
בב"ה, ה' אלול, תשכ"א
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הנאך א ליינגערן איבעררייס איז אנגעקומען אייער בריף פון ראש חדש אלול,
ואון בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען.
זאון ס'איז פארשטענדליך די גרויסע פארוואונדערונג ליינענדיק דאם אנפאנג פון אייער בריף, וועגען עצבות און ניט גוטע שטימונג וואס געוויס איז אייך באקאנט דאס ערקלערטע אין מערערע ספרים הק' ובפרט בתורת החסידות, אז עצבות דארפמען דערווייטערן גאר אינגאנצען, און אייגענטליך איז דעת לנבון נקל, אז מיטן אנפאנג פון טאג זאגט מען ברכות השחר, און נאך פאר דעם, מודה אני לפניך, וואס איז געמיינט אויך דער בוכשטעבליכער אפטייטש פון ווארט, מוז דאך דאס בריינגען א גרויסע שמחה, און ניט ח"ו פארקערט פון דעם מודה אני, און געוויס - פאר אייך איז איבעריג צו מאריך זיין אין דעם.
חאון בפרט בא אייך, וואס אין דער לעצטער צייט האט איר זוכה געווען, צו חתונה מאכען די קינדער שיחיו בשעה טובה ומוצלחת, און נאך און נאך, וואס האפענטליך וועט דאס גענוגענד זיין צו באלייכטען און דורכזיכטיג מאכען די לאגע ווי זי איז, און פון איצטער אן און ווייטער זאלט איר זיין בשמחה ובטוב לבב, ווי ס'איז אונז אנגעזאגט געווארען בתורתנו הק' תורת חיים.
טאון בפרט אז מיר געפינען זיך איצטער אין די גוטע טעג פון חדש אלול, חדש הרחמים והרצון.
יבברכה לבשו"ט ולכתיבה וחתימה טובה.