Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 20· Letter 7708אגרות קודש· כרך כ· ז'תשח
אז'תשח
בב"ה, כ"א תמוז, תשכ"א
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שאול שי'
השלום וברכה!
ואיך בין געווען צופרידען צו באקומען די ידיעה פון דעם ועד המסדר, וועגען דער התועדות וואס איר האט איינגעארדענט, אין פארבינדונג מיט די ימי הסגולה ימי הגאולה י"ב וי"ג תמוז, באפרייאונג טעג פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, און וואו עס האט זיך גערעט דברי תורה, חזרת מאמר דא"ח און אויך דברי התעוררות.
זאון השם יתברך זאל העלפען אז נאך פילע פילע יארן זאלט איר איינטייל נעמען אין דער איינארדנונג פון אזעלכע התועדות'ן, און מ'זאל נעמען פון זיי - ווי ס'איז דער צוועק פון יעדער חסידות'שע התועדות - די התעוררות אויף א גאנץ יאר, צו טאן אין ענינים פון אידישקייט תורה ומצות מתוך שמחה וטוב לבב מיט חסידות'שע התלהבות.
חאון מ'זעהט דאך, אז אפילו נאר איינער, ווען ער וויל אויף א אמת און טוט אין דאס אויבען געזאגטע, איז ער מצליח אין יעדער שטאט און מדינה וואו ער זאל ניט זיין, און בפרט אז ס'זיינען פראן נאך מיטהעלפער, וואס דענסטמאל איז דאס נאך מער בהצלחה.
טבפ"ש צו די אלע וועלכע האבען זיך באטייליגט אין דער התועדות ובברכה אז בתוך כלל ישראל זאלען מיר אלע זוכה זיין צו דעם קיום היעוד וועלכעס איז צוגעזאגט געווארען פון זכרי' הנביא בשם ה', און דאס זאל זיין בקרוב, צום הרביעי וגו' יהי' לבית יהודא לששון ולשמחה ולמועדים טובים (זכרי' ח', יט).
יבברכה לבשו"ט.
יאנ. ב.
יבבייגעלייגט פון דאס לעצטענס ערשינענע, וואס זיין אינהאלט איז נוגע דעם גאנצען יאר.
יגז'תשח
מו"ה שאול: שיפרין, פריסקא. אגרת נוספת אליו - לעיל חי"ד ד'תתקפז.
מו"ה שאול: שיפרין, פריסקא. אגרת נוספת אליו - לעיל חי"ד ד'תתקפז.