Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 20· Letter 7709אגרות קודש· כרך כ· ז'תשט
אז'תשט
בב"ה, כ"ב תמוז, תשכ"א
גברוקלין.
דשלום וברכה!
השוין גאר א ליינגערע צייט, וואס איך האב ניט געהרט פון אייך, ביז די טעג וואס איך האב באקומען א גרוס דורך האברך הנעלה שמואל פסח שי' בוגאמאלסקי, וועלכער האט מיר אויך איבערגעגעבען אז ער ערווארט א בריף פון אייך.
וויהי רצון אז אייער בריף זאל זיין מיט א גוטן אינהאלט, לויט דער אויסדרוק פון חכמינו ז"ל, טוב לשמים וטוב לבריות וטוב העושה פירות, און ווי עס האט זיך גערעט ווען איר זייט געווען דא, ניט נאר גוט פאר אייך, וואס אין טוב אלא תורה, נאר אויך בעאיינפלוסען מיט דעם טוב אויך די בריות, וועלכע געפינען זיך מיט אייך צוזאמען,
זאון מיר געפינען זיך דאך אין די בין המצרים, וואס לויט ווי חז"ל דערציילען אונז, איז פון די סיבות פון חורבן - אויך דער ענין פון שנאת חנם - דאס פיינט האבען אן א אורזאך - דארף זיין תיקון אין דעם צו האלט האבען און זארגען פאר זיין וואהלזיין, אפילו פון אזא, וועלכער - לויט דער מענשליכער אויג - האט ניט קיין זאך וואס זאל מאכען צו ליב האבען עם.
חוואס דאס וועט מקרב זיין דעם יעוד פון דעם נביא זכרי' אז די טעג - פון בין המצרים א. א. - יהפכו לששון ולשמחה ולמועדים טובים (זכרי', ח, יט).
טבברכה לבשו"ט בכל האמור.
יז'תשט
נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 290.
נדפסה בלקו"ש חי"ג ע' 290.
יאאב הרחמן.. הרחמים: ראה לקו"ת נשא כג, א.
יבנחמה בכפלים: איכה רבה ספ"א. לקו"ת נצבים מח, א. רשימות איכה עה"פ בכה תבכה.
יגכפלים לתושי' וידוע: ראה שמות רבה רפמ"ו. בחיי תשא לב, טו. ד"ה ביום השמע"צ, תרפ"ט.
ידפנחס זה אלי': שעשה שישראל יעשו תשובה (פדר"א פמ"ז). וראה רלב"ג (מלכים א יז, א).