Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 20·Letter 7751אגרות קודש·כרך כ·ז'תשנא

אז'תשנא
בב"ה, ט"ו אלול, התשכ"א
גברוקלין, נ.י.
דאגודת נשי ובנות חב"ד סניף:
הה' עליהן תחיינה
וברכה ושלום!
זמיר געפינען זיך יעצט אין מיטן פון חודש אלול, ווען יעדער איד, מאן אדער פרוי, דארף מאכן א חשבון הנפש. א חשבון אין וואס עס איז אוועק, צום גוטן, דאס פאריגע יאהר, און א צוגרייטונג פון א פאסנדער פראגראם פאר דעם קומענדען יאהר, הבא עלינו לטובה ולברכה - באגלייט מיט א פעסטן באשלוס דוכצופירען עס אין לעבן.
חבא אידן איז אלעס פארבונדען מיט תורה. די תורה וועלכע איז "תורת חיים", א תורה וועלכע ווייזט ווי צו לעבן, וועלכע מאכט דאס לעבן פאר א ריכטיגען פולען לעבן און לערנט ווי צו פירן זיך בא יעדע אנגעלעגנהייט און יעדע מינוט פון טאג טעגלעכן לעבן.
ט* * *
ימען האט שוין אמאל אויספירלעך גערעדט, אז איינע פון די אויפגעבן פון נשי ובנות חב"ד, איז צו ערמוטיגען און שטארקן זייערע מענער, ברידער און קינדער, צום לערנען תורה,
יאוואס דאס איז דאך א פליכט און מצוה אויף אלעמען, יונג אדער אלט, רייך אדער ארים א.א.וו.,
יבאון דאס לערנען זאל זיין - יעדן טאג און אין דער מעגלעך גרעסטער מאס, און אז - ווי אין אלע ענינים פון אידישקייט - זאל עס געטאן ווערן מיט שמחה און מיט לעבעדיקייט.
יג* * *
ידדי ספעציעלע פארבונדנקייט פון פרויען מיט דער דורכפירונג פון דעם לימוד התורה איז, ווייל: א) אפט טרעפט אז די סיבה פון ניט לערנען תורה אין דער געהעריגער מאס - איז די גרויסע פארנומענקייט פון מאן אין ענינים פון פרנסה, אום צו פארזארגן די הויז און די פאמיליע מיט אלע נויטווענדיקייטן -
טופיל מאל זאכן וואס נאר עס דוכט זיך, מ'רעדט זיך איין, אז זיי זיינען נויטווענדיק.
טזדערפאר איז ספעציעל נייטיג און וויכטיג אז די פרוי, די עקרת הבית (די הויז פירערין) זאל ערמוטיגען און אויפפאדערן דעם מאן לערנען טעגליך תורה, און צו לערנען וואס מער, אויך אפילו ווען דאס איז פארבונדען מיט געוויסע מאטעריעלע באגרענעצונגען אין דעם אופן פון איר הויז און פאמיליע פירונג. - און דאס לערנען איז זיכער דער ריכטיגער מיטעל אויף בריינגען גליק פאר דער גאנצער פאמיליע.
יזב) אפילו ווען די ערמוטיגונג און איפפאדערונג אנצוהאלטען דאס לערנען תורה וויגעהעריג קומט צום אויסדרוק אין ווערטער - נאר פון צייט צו צייט, איז אבער דאס טאג טעגליכע זען זיך מיטן מאן שוין אליין א שטענדיקע דערמאנונג אין דעם.
יחג) דורך דעם שטארקן און אויפפאדערן זייערע מענער צום לערנען תורה, (און דורך שיקן זייערע זין אין כשר'ע חדרים און ישיבות), האבן די פרויען א חלק אין זייער לערנען תורה, ד.ה. אים דער מצוה פון לערנען תורה,
יטאין צוגאב צום לערנען אלעס א מיטעל צו וויסען ווי אויפצופירען זיך - ווי ערקלערט אין הלכות תלמוד תורה, פון דעם אלטן רבי'ן (ענדע פון ערשטן פרק).
כאון ממילא געניסן זיי אויך פון דעם שכר (באצאלט) פאר דעם מצוה,
כאוואס ווי די מצוה אליין - איז אויך איר שכר גרעסער ווי דער שכר פון אנדערע מצות.
כב* * *
כגמיין בקשה איז אז אין די טעג זאל זיך בא אייך אנהויבן א ספעציעלע באוועגונג און א פארגרעסערטע טעטיקייט צו ערמוטיגען די מענער, ברידער און קינדער, צו פארשטארקען און פארגרעסערען זייער טאג טעגלעכען לערנען תורה, סיי נגלה סיי חסידות - לערנען מיט לעבעדיקייט און שמחה.
כדאון דער אויבערשטער, דער נותן התורה - זאל צוגעבן און פארגרעסערען זיינע ברכות צו יעדערן אין דעם וואס ער נויטיגט זיך, סיי אין גשמיות סיי אין רוחניות,
כהאון געבען יעדערן, בתוך כלל ישראל, א כתיבה וחתימה טובה ושנה טובה ומתוקה.
כומיט א וואונש צו גוטע בשורות, פון יעדערע פון אייך, אין דאס אויבנגעזאגטע, ובברכת כתיבה וחתימה טובה
כזמ. שניאורסאהן
כחנ.ב.
כטעס וואלט געווען גוט, אז די וועלכע וועלן זיך ווענדן מיט א בקשה צו מזכיר זיין זיי און די פאמיליע אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אין די טעג פון רחמים ורצון זאלן אויך צוגעבן צו זייער בקשה, די שיעורים פון לערנען וועלכע ווערן אנגעהאלטען פון זייערע מענער, אז אויך דאס זאל דערמאנט ווערן צוזאמען מיט דער בקשת ברכה.
ל[אגרת המזכירות בקשר להוראה שבסוף האגרת]
לאב"ה, ח"י אלול, התשכ"א
לבברוקלין, נ.י.
לגלכל או"א מאנ"ש שליט"א
לדה' עליהם יחיו
להשלום וברכה!
לועל פי מה ששמענו מכ"ק אדמו"ר שליט"א, באנו להעיר וגם לבקש,
לזאשר בהפ"נ הנשלחים, ובפרט - הנשלחים בימי הרחמים והרצון ולימי הרחמים והרצון.
לח-שענינים תפלה ובקשה מלמטה למעלה - לעורר כו' ממקור כו' מלמעלה
לטלמטה - יורה כל אחד, השיעורים שלו בלימוד התורה,
מוע"פ הידוע, אשר התורה ולימודה, אשר בקו האמצעי הם, על ידם ההעלאה ממטה למעלה וההמשכה מלמעלה למטה,
מאמתאים לפשטות הדברים, אשר בתורה - ההוראה איך תהי' עבודת האדם את קונו, מלמטה למעלה.
מבוע"י עבודה זו אשר בחוקותי תלכו גוי' - ונתתי גשמיכם בעתם גוי', מלמעלה למטה
מגאתעדל"ע הבאה באתעדל"ת, ובלשון הנגלה - מדתו של הקב"ה מדה כנגד מדה, וגם האתעדל"ע הבאה אחר זה -
מדהנה אין זה מוכרח (מצד עצמו) ח"ו, אלא שודאי הדבר ומוכרח, כביכול שיהי' כן, מפני שכן כתוב בתורה.
מה-וראה לקו"ת לרבנו הזקן (דברים פד, ב): ודרך פרט בכל יום הוא ענין תלמוד תורה כו'. עיי"ש.
מובכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה
מזמזכירות
מחאלו שכבר שלחו הפ"נ - מובן וגם פשוט, שמהנכון וטוב להוסיף את הנ"ל בהקדם.
מטז'תשנא
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 308. הנספח הוא ע"פ העתק המזכירות.