Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 20· Letter 7756אגרות קודש· כרך כ· ז'תשנו
אז'תשנו
בב"ה, ערב שבת קדש פרשת אתם נצבים היום, ה'תשכ"א
גברוקלין, נ.י.
דאל בני ובנות ישראל אשר בכל מקום ומקום
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה מרובה
זמיר געפינען זיך אין די טעג פון צוגרייטונג צום נייעם יאהר הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.
חאויב אין יעדער זאך איז תורתנו תורת חיים, די לערערין און וועג ווייזערין פון א אידן,
טאיז דאס דאך זיכער אזוי און פון ספעציעלער וויכטיקייט - ווען עס רעדט זיך וועגן צוגרייטן זיך צו א נייעם יאהר,
יא יאהר וואס מען ביט און מען האפט אז ער וועט אנהייבען א נייעם פיל בעסערען לעבן, בעסערען אין אלע הינזיכטען.
יא* * *
יבדי סדרה פון תורה פון היינטיגע טעג - אתם נצבים היום - וואס "ווערט אלעמאל געליינט פאר ראש השנה און דאס ווערט אויך אנגעדייטעט אים דעם ווארט היום - וואס גייט אויף ראש השנה" - גיט גלייך אין אנהייב סדרה די אנווייזונג אין דאס אויבענדערמאנטע:
יגאתם נצבים היום כולכם לפני הוי' אלקיכם (איר שטייט פעסט היינט אלע צוזאמען פאר דעם אויבערשטן אייער ג-ט),
ידאתם נצבים - אידן דארפן שטייען פעסט און אונבויגזאם - ניט קוקענדיג וואס זיי זיינען המעט מכל העמים (די ווייניגסטע צווישן אלע פעלקער),
טואון דאס קאן זיין דאן, ווען זיי זיינען פארבונדן און פאראייניקט צוזאמען - כולכם.
טזווי איז אבער מעגלעך צו שאפן אן אמת'ע און שטענדיקע פאראייניקונג פון פארשידענע מענטשן, מיט באזונדערע געדאנקען, אינטערעסן און שטרעבונגען?
יזדער ענטפער איז - לפני ה' אלקיכם. די פאראייניקונג פון אלע אידן איז מעגלעך דערפאר וואס אייגנטליך זיינען זיי שוין פארבונדן דורך זייער נשמה, די נפש האלקית, וואס זי איז א חלק אלק' ממעל ממש, וואס געפינט זיך בא יעדן אידן, אן אויסנאם. און דער טיפער אריינטראכטען זיך אז מען שטייט לפני ה' וואס ער איז אלקיכם, אייער כח און לעבן - ברענגט ארויס און פארווירקליכט די פארבינדונג פון איין אידן מיט א צווייטן, און פון דעם יחיד מיט דעם כלל, אין דער פולסטער מאס.
יחוואס איז דער ציל און צוועק פון דער פאראייניגונג? ערקלערט ער גלייך: לעבדךבברית ה' אלקיך אשר ה' אלקיך כורת עמך היום - כדי דו זאלסט אריין אין א בונד מיט'ן אויבערשטן אננעמענדיק זיין שבועה - א בונד וואס דער אויבערשטער שליסט מיט דיר היינט - פון דאס ניי. א בונד וואס איז געמאכט למען הקים אותך היום לו לעם - אז דו זאלסט אויפגעשטעלט ווערן אלס דעם אויבערשטען'ס פאלק -
יטא פאלק וואס פירט זיך, ביז אין טאג טעגליכען לעבן - לויט דעם אויבערשטען'ס תורה און ערפילט אלע זיינע אנוויזונגען.
כויהי רצון אז דע אויבעדערמאנטע זאל דורכגעפירט ווערען פון יעדערן און יעדערע אין א גוטן אופן און אין דער פולסטער מאס,
כאאון דער נייער אנקומענדער יאר זאל זיין א שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.
כבבברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בטוב הנראה והנגלה.
כגמנחם שניאורסאהן
כדז'תשנו
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 429.
נדפסה בלקו"ש ח"ט ע' 429.
כהדאס קען זיין כו': מדרש תנחומא ר"פ נצבים.
כומעגלעך דערפאר כו': זע תניא פרק לב.
כזאליקכם אייער כו': זע זוהר ח"ג רלא, א.
כחדאס קען זיין כו': מדרש תנחומא ר"פ נצבים.
כטמעגלעך דערפאר כו': זע תניא פרק לב.
לאלקיכם אייער כו': זע שולחן ערוך אורח חיים סימן ה'.
לאהיינט פון דאס ניי: זע ראש השנה טז, א: בראש השנה.. שתמליכוני עליכם. הוריות יא, ב: אין מושחין מלך בן מלך וא"ת מפני מה משחו כו'. שמואל א יא יד-טו: ונחדש גו' וישמח גו' עד מאד. אגרת הקדש (פון אלטן רבי'ן) סימן יד.