Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7778אגרות קודש· כרך כא· ז'תשעח
אז'תשעח
בב"ה, י"ט שבט, תשג"ה
גכבוד הנכבד והנעלה אי"א וו"ח וכו'
דמוהר"ר ראובן שי' פייטלבערג
השלום וברכה!
וידידנו הנכבד והנעלה הרה"ג והרה"ח ר' משה לייב שי' ראטשטיין האט אונז געשריבן אז ער האט זיך געזען מיט אייך, און האט אונז מיטגעטיילט צו אונזער פרייד, אז איר זייט טעטיק אויפן חנוך געביט און אז איר זוכט מיט אלע מעגליכקייטן מחנך צו זיין אייערע תלמידים שי' ביראת שמים. ער בעט אונז אויך צוצושיקן אייך געוויסע חנוך אנווייזונגען.
זאין צוזאמענהאנג מיט דעם וואלטן מיר אייך בעטן מודיע צו זיין אונז מער פרטים וועגן אייער מוסד חנוך, ווי די צאל כתות, צאל תלמידים אין יעדער כתה און זייער עלטער, וואס זיינען זייערע ידיעות, וויפיל צייט קענט איר אפגעבן אויף לערנען מיט יעדער כתה א.א.וו.
חאויפן יסוד פון די אויבנדערמאנטע ידיעות וואלט לייכטער געווען אויסצוארבעטן בע"ה א למודים-פלאן פאר אייער מוסד החנוך.
טבברכת לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה.
יגעוויס האט איר ערהאלטן אונזער סעמפל-בענצערל, און זיכער וועט איר זען זיין תועלת פאר קינדער. די פרייז איז 15 סענט. בא א גרעסערער צאל קאפיעס 10 סענט.
יאז'תשעח
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ה ע' 54, מהעתק המזכירות.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ה ע' 54, מהעתק המזכירות.
יבאייערע תלמידים: בראק איילענד, אילינאיס.