Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7811אגרות קודש· כרך כא· ז'תתיא
אז'תתיא
בב"ה, כ"ה, תמוז, תש"ז
גכבוד ידידנו הנכבד והנעלה אי"א וו"ח וכו' מו"ה משה שי'
דשלום וברכה!
המיט דאנק, באשטעטיקן מיר דעם עמפאנג פון אייער נדבה פאר די נויטן פון די קינדער אין יוראפ, א רעסיט ווערט דא בייגעלייגט.
ודי גייסטיקע נויטן פון דער מיט דעם אויבערשטנס הילף געראטעוועטער יוגענד אין יוראפ זיינען אין היינטיקן טאג נאך גרעסער ווי די מאטעריעלע, עס האנדלט זיך ווי אויפצואלטן דעם נשמה-לעבן צוליב וועלכן דאס לעבן בכלל האט א ווערט.
זצוגלייך מיט דער פינאנציעלער הילף אין אונזער ארבייט, שאפט אונז אייער באוואוסטזיניקייט פאר דעם געביט פון אונזערע טעטיגקייטן א באזונדער פרייד, און מיר האפן אז איר וועט זיך ניט באנוגענען מיט געבן אליין, נאר וועט אויך זעהן שאפן ביי אייערע פריינד און באקאנטע בעדייטענדע סומען אף דעם הייליגן צוועק, או לויט ווי די רז"ל זאגן (אבות פרק ה' משנה י"ג) אז דאס איז עינו טובה בשלו ועינו טובה בשל אחרים.
חאין ערווארטונג צו ערן גוטע ידיעות אין דעם פון אייך בקרוב.
טהרב מנחם שניאורסאהן
יז'תתיא
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
יאמו"ה משה: סיימן.