Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7855אגרות קודש· כרך כא· ז'תתנה
אז'תתנה
בב"ה, ד' תמוז, ה'שי"ת
גהוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהור"י
דהכהן שי'
השלום וברכה!
ואייער בריף פון ר"ח תמוז מיט בייגעלייגטן שעק אויף נאמען פון מרכז לעניני חנוך ערהאלטן. לויט אייער רשות צו טיילן לדעתי, האב איך עס פארטיילט: מעשר אויף מעמד.
זהאלב פון די איבערגעבליבענע - אויף אפדרוקן און פאנאנדערשיקן דעם קונטרס פון י"ב -י"ג תמוז הבע"ל, ווען עס וווערט דעם רבי'ן זיבעציק יאר. און אויפגעשריבן אפן קונטרס אז דאס זאל פועלן מחזק זיין די התקשרות פון הרוצה בעילום שמו צום רבי'ן - (דורך דרוקן און פארשפרייטן זיין תורה בכל קצווי תבל).
חאיך האב עס ספעציעל געטאן, ווייל איך ווייס ניט וואס עס טוט זיך מיט התקשרות (האט נאר קיין פאראיבל ניט פארן זאגן עס).
טאיך זע כמה וכמה מופתים פון רבי'ן איצט, איז אויב איר זאגט, אז בא אייך איז "ניטא קיין נייעס" - מוז דאך עפעס זיין א סיבה אין דעם.
יזייער מעגליך, אז דער רבי האלט אז מ'דארף איצט ניט פארקויפן דעם בילדינג דערפאר איז ניטא קיין קונים וכיוצא בזה.
יאאון אפשר איז דאס מצד דער חלישות, ח"ו, בהתקשרות. - (איך גלויב אבער אז איר האט אויך געהאט מופתים (מיט'ן שותף וכיוצא בזה) נאר איר באמערקט ניט אלע) - דערפאר האב איך פארנוצט א טייל פון אייערע געלד אף דער הפצה פון רבי'ס תורה - איינע פון די בעסטע עצות אוי[ף] התקשרות לנשיא ישראל בעל התורה.
יבדי צווייטע העלפט אריינגעטראגן אין דער לשכת חשאים פון וואנעט דער רבי פלעגט העלפן בחשאי צו אנשים נכבדים און וואס עס ווערט געטאן אויך ווייטער.
יגדער קונטרס וועט זיין פארטיק אין אייניגע טעג ארום. דער כתר שם טוב בייגעלייגט.
ידביטע מודיע זיין אז איר וועט עס באקומען.
טוהמברכו בכל טוב ומחכה לבשורות טובות,
טזהרב מ.ש.
יזז'תתנה
מהעתק המזכירות.
מהעתק המזכירות.
יחמהור"י: כץ. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ח ו'תרסו,ובהנסמן בהערות שם.