Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7893אגרות קודש· כרך כא· ז'תתצג
אז'תתצג
בב"ה, ג' כסלו, תשי"ב
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מיכאל יהודה
השי'
ושלום וברכה!
זמיט פרייד האב איך עהראלטן אייער בריף פון כ"ג חשון, אז אייער געזונט צושטאנד איז בעסער יעצט ווי געווען, און אז דער ד"ר גיט גוטע העפנונג אז עס וועט [ווערן] בעסער און בעסער.
חאיך וועל בל"נ ערפילן אייער בקשה און מזכיר זיין אייך לרפואה קרובה, ווען איך וועל זיין אויפן ציון פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און האף אז איר וועט מיר קאנען אנזאגן אין קומענדן בריף אז איר פילט בעסער און בעסער.
טבכלל אין אזעלע זאכן, דארפמען פאלגן דעם ד"ר, צו אויסהיטן זיך פון גיין אויף טרעפ וכו', אבער גלייכצייטיק זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך וואס ער איז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות, אז אזוי וועט זיין אויך בפועל ממש אין אייער ענין, און וואס דער בטחון איז שטארקער אין דעם, איז דער געזונט פארבעסערונג און די רפואה אלס גיכער.
יאיך האף אז פון צייט צו צייט באזוכן אייך אונזערע פרייד ובפרט מוה"ר שניאור זלמן שי' בוטמאן.
יאבברכה.
יבז'תתצג
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ה ע' 98, מהעתקה.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ה ע' 98, מהעתקה.
יגמוה"רמיכאל יהודה: שווארצקאפ, פריז.