Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 21·Letter 7964אגרות קודש·כרך כא·ז'תתקסד

אז'תתקסד
בב"ה, י"ב אייר, תשי"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האיך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ערב שבת קודש און אויך האב איך באקומען פון אייער פאמיליע א פאטאסטאט פון דער ערלויבעניש וואס מען האט אייך געגעבן צו טראגען א בארד און פיאות וכו'.
ואון השם יתברך יצליחו תמיד כל הימים - איר זאלט קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצות מתוך הרחבה.
זאון ווי איך האב אייך געשריבען - צו משפיע זיין אויך אויף אייער קאמפאני, איז דאך אפילו ווי איר שרייבט, אז נאר איין איד [איז] פאראן אין אייער קאמפאני, איז דאך אפילו המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און בפרט אז איך רעכען, אז עס זיינען דא מערערע אידען, נאר איר ווייסט ניט פון זיי, איז כדאי צו נאכזוכען, און מסתמא איז דאס בהשגחה פרטית, אז איר זאלט קענען מקרב זיין זיי צו יהדות.
חבייגעלייגט איז דא די אויסגאבע צו שבועות הבע"ל, וועלכעס וועט אייך זיכער קענען דינען אין דאס אויבען דערמאנטע.
טבברכה להצלחה בכל עניניו בגשמיות וברוחניות.
יהמחכה לבשורות טובות.
יאז'תתקסד
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 72.