Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7965אגרות קודש· כרך כא· ז'תתקסה
אז'תתקסה
בב"ה, י"ג אייר, תשי"ג
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר שלמה שי'
השלום וברכה!
ואיך באשטעטיק די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ז' אייר. און איך בין געווען צופרידן צו לייענען אין עם, אז דער געזונט צושטאנד פון אייער פרוי תחי' האט זיך געבעסערט. און איך האף אז אויך אויף ווייטער וועט איר קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.
זאויך האט איר באדארפט אננעמען די השגחה פרטית אין דעם ענין, וואס יעצט געפינט זיך אין לונדון הרה"ג הרה"ח אי"א עוסק בצ"צ כו' מוה"ר אליעזר שי' קאראסיק, אין שליחות פון די ליובאוויטשער ישיבות אין אה"ק ת"ו, וואס [אין] דעם איז אייך געגעבן געווארן א געלעגנהייט צו פארגרעסערן אייערע פעולות אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט הפצת תורת הנגלה ותורת החסידות, און דורך דעם פארגרעסערן די השפעה פון ברכה והצלחה פון השם יתברך אין דעם וואס אייער פרוי און איר נויטיקן זיך.
חאון השם יתברך זאל אייך העלפן איר זאלט טאן אין דעם און אייער
טפרוי - שיחיו - מיט א פרייליכער הארץ און מיט גוטן געזונט.
יהמחכה לבשורות טובות,
יאמ. שניאורסאהן
יבז'תתקסה
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 125.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 125.
יגמוה"ר שלמה: פעריןו. אגרות נוספות אליו - לקמן ז'תתקסח. ח'מג. ח'עב. ח'קכ. ח'קנד.
ידח'קצ. ח'קצז. ח'קצט.