Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7972אגרות קודש· כרך כא· ז'תתקעב
אז'תתקעב
בב"ה, י"ט תמוז, ה'תשי"ג
גברוקלין, נ.י.
דלכל חובבי תורה ומצוה
הה' עליהם יחיו
ושלום וברכה!
זדי בית רבקה שולן פאר מיידלעך, וועלכע שטייען אונטער דער אויפזיכט פון "מרכזלעניני חינוך", האבן במשך זיער עלף-יעריקר עקזיסטענץ ערצויגן און ערציען הונדערטער און הונדערטער אידישע טעכטער אין גייסט פון תורה, יראת שמים און מדות טובות, וועלכע זיינען א נחת פאר זייערע עלטערן און א שטאלץ פארן גאנצן אידישן פאלק.
חאין זכות פון זייער הייליגן גרינדער, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אדאנק דער אונערמידלעכער און איבערגעגעבענער ארבעט פון זייערע מנהלים, האבן די בית רבקה מוסדות זיך ערווארבן א נאמען לתהלה ולתפארת אויפן געביט פון חינוך הכשר, ערציענדיק א דור פון פאראנטווארטלעכע רעליגיעזע אידישע טעכטער און מוטערס, פון וועלכע עס איז אין א גרויסער מאס אפהענגיק פון די צוקונפט פון בית ישראל ברוח התורה והמסורה.
טליידער געפינען זיך איצט די בית רבקה מוסדות אין א קריטישער פינאנציעלער לאגע. די גרויסע לאסט פון די חובות וואס האבן זיך אנגעזאמלט אין די פריערדיקע יארן און די גרויסע הוצאה פון איצט, דראען די יסודות פון זייער עקזיסטענץ.
יבאלדיגע הילף איז דרינגנד נויטי[ג].
יאאיך ווענדע זיך דעריבער מיט א הארציקן רוף צו אלע חובבי תורה ומצוה און בפרט צו די וועמען די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע זיינען הייליק און טייער, אז זיי זאלן זיך ווארים אפרופן אויף דעם עמערדזשענסי קאמפיין פון די בית רבקה מוסדות, און מיט אן אפענער האנט און ווארים הארץ זיך באשטייערן אליין און אויך זאמלען בא זייערע פריינט און באקאנטע, אום צו ראטעווען די בית רבקה מוסדות, און צו געבן די דאזיקע וויכטיקע מוסדות די מעגלעכקייט ווייטער אנצוגיין מיט זייער חינוך-הכשר - ארבעט.
יבאון בזכות זה וועט השי"ת העלפן די אלע שטיצער און מיטהעלפער אין וואס זיי נויטיקן זיך, בגשמיות וברוחניות.
יגהדו"ש ומברכם בגו"ר,
ידמ. שניאורסאהן
טוז'תתקעב
מצילום האגרת.
מצילום האגרת.