Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7975אגרות קודש· כרך כא· ז'תתקעה
אז'תתקעה
בב"ה, כ"ג מנ"א, תשי"ג
גברולקין.
דמרת מרים מריישא תחי'
הברכה ושלום!
וזיינער צייט האב איך באקומען אייער בריף אין וועלכן איר פרעגט מיין מיינונג ווען קען בעלה הרב שי' קומען אין פאריז.
זדי זעלבע פראגע האב איך באקומען פון אייער מאן הרב שי' און האב עם געענטפערט, אז דאס ווענדט זיך אן דעם מצב אויפן ארט, וואס ער דארף באווארענען צוויי זאכן: א) אז זיין אוועקפארן זאל ניט שאדן טאן די חדרים און ישיבות דארטן. ב) אז ער זאל קענען האבן די צוריק איינרייזע וויזע קיין מאראקא אן שוועריגקייטן. און וויבאלד השי"ת האט עם מזכה געווען, און דורך עם אויך די גאנצע פאמיליע מיט דעם זכות צו מיטבאטייליקן זיך אנפירן די מוסדות פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע איז זיכער, אז דאס איז די וועג דורך וועלכער אייער מאן הרב און די גאנצע פאמיליע וועלן האבן די הצלחה וברכה אין דעם וואס יעדער נויטיגט זיך. דעריבער דארפמען דאס אנהאלטן מיט אלע כוחות.
חאון השי"ת זאל אייך אלעמען העלפן עס זאל דאס אייך אנקומען גרינג.
טזעלבסטפארשטענדלעך, אז אין צוזאמענהאנג מיט דאס אויבן געזאגטע, ווענדעט זיך אויך די באשטימונג פון דער צייט פון אייער טאכטערס חתונה בשעה טובה ומוצלחת.
יבברכה,
יאבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,
יבהמזכיר: א. קווינט
יגז'תתקעה
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ד ע' 99, מצילום האגרת.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ד ע' 99, מצילום האגרת.
ידמרת מרים מריישא: ליברוב, שבעלה הרב סעדי' הי' באותה שעה בשליחות במרוקו, ורצה לבוא לפריז לחתונת בתם תי'.