Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 7977אגרות קודש· כרך כא· ז'תתקעז
אז'תתקעז
בב"ה, אדר"ח אלול, תשי"ג
גברוקלין.
דמרת חנה תחי'
הברכה ושלום!
ואיך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ט"ו מנ"א אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער צוקונפטיגער ארבעט אין די ענינים פון טהרת המשפחה און האט אויך איבערגעדרוקט די בראשור פון ד"ר סמיטליין.
זאין דער פראגע וועגען א באגלייט בריף צו דער בראשור, זעלבסט פארשטענדלעך אז דער באגלייט בריף דארף זיין אין ענגליש און דאס אומגעפער דארף זיין דער אינהאלט.
חהיות מיר זיינען זיכער אז די בייגעלייגטע בראשור וועט אייך געוויס אינטרעסירען, ערלויבען מיר זיך צו שיקען זי אייך און אויב מיר קענען אייך דינען אין צוזאמענהאנג מיט דעם בנוגע צון די דינים און אדרעסין א.א.וו. זייען מיר גרייט מיט צופרידענהייט דאס צו טאן.
טאיך בין אויך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז עס איז פאראיבער דער עגמת נפש וואס איר האט געהאט אלס פארזיצערין, און השי"ת זאל אייך געבען הצלחה אין אייער ארבעט אויך אויף ווייטער,
יבברכת הצלחה וכתיבה וחתימה טובה לשנה טובה
יאמ. שניאורסאהן
יבז'תתקעז
מצילום האגרת.
מצילום האגרת.
יגמרת חנה תחי': גולדשטיין. אגרות נוספות אליה - לעיל ז'תתקמז, ובהנסמן בהערות שם.
ידבראשור פון ד"ר סמיטליין: ראה אג"ק אדמו"ר מוהריי"צ נ"ע ח"ב אגרת תקד.