Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 8000אגרות קודש· כרך כא· ז'תתר
אז'תתר
בב"ה, ח' שבט, תשי"ד
גברוקלין.
דצו די ליידיס אוקזילערי פון בראנזוויל און איסט ניו יארק,
הובראשן מרת דבורה תחי' גרינבערג ומרת מנוחה רחל תחי'
וגראנער
זברכה ושלום!
חאין די טעג פון פארן יארצייט הילולא פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, בין איך צופרידן צו באקומען א גרוס פון אייך, און ספעציעל פון אייער ארבעט אין די פערשידענע צווייגן פון מיין שווער'ס כ"ק אדמו"ר ענינים און מוסדות וואס ער האט געגרינדעט אדער פארגעזעצט זיי, און זיכער וועט איר אויך אויף ווייטער טאן אזוי.
טאון אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך וואקסט, וואט אויך אייער ארבעט פון צייט צו צייט וואקסן און גרעסער ווערן, און דענסטמאל וועט מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אויך מוסיף זיין און ממשיך זיין ברכה והצלחה אין אייער ארבעט, און אויך ברכה והצלחה צו יעדערע פון אייך אין דעם וואס זי אליין נויטיגט זיך און אירע בני בית, און [השם] יתברך זאל אייך מזכה זיין צו אנזאגן גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבן דערמאנטע.
ימיט א וואונטש צו יעדערע פון אייך און אייערע בני בית שיחיו.
יאז'תתר
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 134.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 134.