Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 8043אגרות קודש· כרך כא· ח'מג
אח'מג
בב"ה, ו' שבט, תשט"ו
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ כו' מו"ה שלמה שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' שבט:
זהאפענטליך אז צו דער צייט פון באקומען מיין דיזן בריף, איז בעסער געווארן דער געזונט צושטאנד פון אייער טאכטער מלכה שתליט"א און וועט מיר אנזאגן וועגן דעם.
חויהי רצון, אז תמיד כל הימים זאלט איר אנזאגן נאר גוטס סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
טאיך האף, אז דעם קומענדן יו"ד שבט, יום ההילולא פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלן אנ"ש מתוועד זיין זיך, און זעלבסטפארשטענדליך וועט דאס צובריינגען צו התעוררות לתורה ומצות בכלל, און צו תורת החסידות הדרכותי' ומנהגי' בפרט.
יוהשי"ת זאל מצליח זיין יעדערן פון אונז בתוך כלל ישראל צו פארוויקליכן די התעוררות אין דעם טאג טעגליכן לעבן, ומתוך הרחבת הדעת ובריאות הנכונה זאל מען דינען השם יתברך ווי עס ווערט ערקלערט אין שולחן ערוך אורח חיים סי' רל"א, בכל דרכיך.
יאאין [א] באזונדער פאקעט איז געשיקט צו אייך דער לעצטנס ערשינענער קובץ ליובאוויטש, און האפענטליך וועט איר דארט געפינען ענינים וועלכע איר וועט קענען אויסניצן אויך לזכות בהם את הרבים, וזכות הרבים תלוי בו.
יבבברכה לבשורות טובת
יגמ. שניאורסאהן
ידח'מג
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 145.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ב ע' 145.
טומו"ה שלמה: פערין, לונדון. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.