Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 21·Letter 8090אגרות קודש·כרך כא·ח'צ

אח'צ
בב"ה, כ' שבט, תשט"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ בעל מדות וכו' מו"ה אלחנן שי' הכהן
השלום וברכה!
ואיך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ט"ו שבט ראש השנה לאילנות, און עס איז באוואוסט דאס וואס ווערט געבראכט אין מערערע ספרי דרוש אין פארבינדונג מיט די רוח-התעוררות פון דעם טאג, וועלכעס איז באגרינדעט אויף דעם אויסדרוק פון פסוק, כי האדם עץ השדה, און בא א מענטשן ווען עס קומט צו געזונט ברוחניות קומט בדרך ממילא אויך צו געזונט בגשמיות, ווארום זיינען דאך אידן א גוי אחד בארץ, איז אין יעדער ארט פירן זיי דורך דעם געדאנק פון אחד, וואס אין דעם איז אריינגענומען די אלגעמיינע פאראיינציגונג פון די גשמיות מיט די רוחניות, דער גוף און די נשמה.
זוואס דאס איז אויך איינע פון די ערקלערונגען פון שיטת הבעל שם טוב, דינען השם יתברך בשמחה מיט דעם גוף, און ניט דורך פייניגען דעם גוף נאר דוקא דורך זיין - גוף'ס - מיטהילף.
חאון מען זעהט דאס אפילו מיט די אויגען, אז ווען דער גוף איז געזונט - זעלבסט פארשטענדליך אין א אידישען אופן - דורך כשר'ה מאכלים וכו' - שטערט ער ניט צו לערנען תורה און מקיים [זיין] מצות אויב מען וויל נאר טאן דאס.
טאון לויט דעם מאמר רז"ל הידוע, דוכן מאכען שלום צווישן גוף און נשמה, און אין נשמה זעלבסט צווישען נפש האלקית און נפש הבהמית, איז מען אויך מעורר וממשיך דעם שלום ארום עם אין דער נאהענטער אומגעבונג און אין דער ווייטערערע אומגעבונג און דורך דעם אויך דעם שלום אין וועלט.
יוואס דאס איז אויך א פארברייטונג צו דעם אלגעמיינעם שלום, אויף דער צייט אוף וועלכער דער נביא ישעי' האט געזאגט, לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה.
יא(ישעי' ב' ד')...
יבבברכה.
יגח'צ
מהעתק המזכירות.
ידמו"ה אלחנן: קאווען. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ד ה'יח, ובהנסמן בהערות שם.
טואידן א גוי אחד בארץ: ראה גם לעיל חט"ו אגרת ה'תקמח. ח"כ ז'תשיח.
טזמאמר רז"ל הידוע: סנהדרין צט, ב: שלום בפמליא שלמעלה ובפמליא של מטה. וראה לעיל ח"ג אגרת תשמ. חי"ז ו'רע. חי"ח ו'תתקל.