Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 8120אגרות קודש· כרך כא· ח'קכ
אח'קכ
בב"ה, כ"א אייר, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה שלמה שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אוף אייער בריף פון ט"ז אייר און דעם פריערדיקן, האט שוין הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ הרחמ"א שי' חדקוב איבערגעגעבן מיין מיינונג, אז אויב די ידיעה דורך הרב ספעקטאר שי' איז א זיכערע, גיין אין דעם ביז טויזנט פונט, און מיין טעם איז, וויבאלד אז צווישנצייט וועט דורכגיין צווי חדשים, איז היינטיגע צייטן שווער צו וויסן ווי וועט דאס אויסזען נאך דער צייט - אפילו פאר די גוט אינפארמירטע.
זאון בכלל ווי איך האב געהערט אמאל א גוט ווארט פון א סוחר, אז אזא געשפעט וואו קאפ שפילט קיין ראליע - איז ניט כדאי צו נאכיאגן זיך נאך דעם. וואס דאס איז בכלל בענינים וועלכע זיינען פארבונדן מיט בירזשע, און בפרט אין אונזער צייט, איז ניט אלץ געבויט אויף אמת'ע אויסרעכענונגען און סלידע חשבונות.
חאויף דער פראגע וועגן א גמילות חסד, - ליידער די סוחרים דא זיינען אזוי פאראיינגט, אז וועגן א גמ"ח און רפט אין [אן] אנדער מדינה, האלט מען ניט בא דעם.
טאון השם יתברך זאל אייך העלפן מיט הרחבת הפרנסה אין א אלץ וואקסענדן אופן, וואס בריינגט מיט הרחבת הדעת, וואס דענסטמאל האט מען אלץ וואס נויטיג איז צו טאן אין ענינים פון תורה ומצות ווי עס פאדערט זיך.
יאון השם יתברך זאל העלפן איר זאלט אנזאגן גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבן געזאגטע מתוך בריאות הנכונה שלו ושל כל בני ביתי שיחיו.
יאבברכה.
יבמ. שניאורסאהן
יגח'קכ
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 101,מצילום האגרת.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" א ע' 101,מצילום האגרת.
ידמו"ה שלמה: פערין. אגרות נוספות אליו - לעיל ז'תתקסה, ובהנסמן בהערות שם.
טובירזשע: בורסה.