Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 21· Letter 8127אגרות קודש· כרך כא· ח'קכז
אח'קכז
בב"ה, ה' אלול, תשי"ז
גברוקלין.
דמר נתן נטע שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכן איר שרייבט וועגן דער השתדלות לחיזוק הישיבה הק' תו"ת בלוד, ולחיזוק כפר חב"ד.
זהשי"ת זאל העלפן, אז די השתדלות זאל זיין בהצלחה גדולה, וואס דאס איז דער גרעסטער פארגעניגן פאר דער משתדל אז ער זעט גוטע פירות פון זיין אנשטריינגונג, און דאס וועט מוסיף זיין אין די ברכות פון השי"ת אין וואס מען נויטיגט זיך, ובכלל זה אז לאריכות ימים ושנים טובות זאלט איר קענען טאן אין די אויבן געזאגטע ענינים אין אלץ א גרעסערער מאס, לויט דעם אנזאג פון תורתינו הק' מעלין בקודש.
חזעלבסט פארשטענדליך, אז עס איז א גלייכע זאך צו מודיע זיין וועגן דאס אויבנגעזאגטע, ווארום אז מען פארשאפט פארגעניגן צו א אידן, אפילו אזא וועלכער געפינט זיך אויף דעם אנדער זייט ים, איז דאס דער קיום המצוה פון ואהבת לרעך, ובפרט אז מען זעט במוחש, אז דאס אליין וואס מען ווייסט אז מען וועט נאך וועמען שרייבען וועגן די פעולות טובות, פארשטארקט דאס די פעולות און מען איז מוסיף אין זיי, וכנראה במוחש.
טגעוויס ווייסט איר פון די תקנה צו זאגן דעם שיעור תהלים חדשי ווי דער תהלים איז פארטיילט אויף די טעג פון חודש, יעדער טאג נאך דעם דאוונען אין דער פרי, און אלענפאלס זאלט איר טאן אזוי פון איצטער אן און ווייטער.
יבברכת כתיבה וחתימה טובה,
יאבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יבמזכיר
יגח'קכז
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 59.
נדפסה בקונ' "צדי"ק למלך" ג ע' 59.
ידמר נתן נטע: הולצמן, באר יעקב.